חול המועד

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

די וואכן-טעג אינעם יום טוב (חולו של מועד).

ווען איז חול המועד[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די ימים טובים פסח און סוכות זענען צעטיילט פון די ערשטע טעג יום טוב און די לעצטע טעג יום טוב.

די 4 אדער 5 טעג צווישן די ערשטע טעג און די לעצטע טעג יום טוב, איז חול המועד, וואס אין די טעג איז פארבאטן צו טאן פארשידענע מלאכות אלס קדושת חול המועד, אבער עס האט נישט דעם דין פון יום טוב.

וויפיל טעג איז חול המועד[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין ארץ ישראל, ווי עס איז נאר דא איין טאג יום טוב, זענען פאראן 5 טעג חול המועד. אין חוץ לארץ, ווי מ'האלט 2 טעג יום טוב, איז נאר דא 4 טעג חול המועד.

וואס איז מותר און אסור אום חול המועד[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. מ'טאר נישט ארבעטן. אבער זאכן וואס גייען אריין אין די קאטעגאריע פון א דבר האבד האט מען מתיר געווען.
  2. מ'טאר נישט שרייבן (נאר מיט א שינוי).
  3. מ'טאר נישט שערן.
  4. מ'טאר נישט וואשן וועש

וואס טוט מען חול המועד[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

חול המועד איז א זמן פון משתה ושמחה און פארברענגען. אמאליגע צייטן פלעגט מען פארן באזוכן די עלטערן און קרובים. היינט איז קיין חול המועד אן קיין כאלעמויעד האלטן. מ'פארט ארום וואו אימער ס'איז פאראן פארוויילונגס ערטער. יעדע טיער-גארטן, מוזעאום, אטראקציע ערטער, ווערט באזוכט פון אחינו בני ישראל אין די חול המועד טעג, און מ'גיט פאר די קינדער א גוד טיים.