סטראפקאוו

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

סטראפקאוו (סלאוואקיש: Stropkov, אונגאריש: Sztropkó) איז א שטעטל אין סטראפקאוו דיסטריקט, פרעשאוו ראיאן, סלאוואקיי.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

סטראפקאוו איז אן עקאנאמישער, סאציאלער און קולטורעלער צענטער פון זעמפלין. ער איז געגרינדעט געווארן ביים לינקן ברעג פונעם אנדאווא טייך.

ביזן ערשטן וועלט קריג איז סטראפקאוו געווען אין אונגארן.

יידישע קהילה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די ערשטע יידן האבן זיך באזעצט אין סטראפקאוו, אפשר ביים אנטלויפן פון פאגראמען אין פוילן, בערך אין יאר ת"י. פופציג יאר נאכהער האט מען פארטריבן די יידן פון סטראפקאוו קיין טיסינעץ, א דארף א ביסל צפון פון סטראפקאוו.

דער ערשטער רב פון סטראפקאוו איז געווען הרב משה שיינפעלד; אין תקצ"ג איז ער געווארן רב אין וואראנאוו. נאך אים איז געווארן רב אין סטראפקאוו רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים, ביז מען האט אים אויפגענומען אלס רב אין אוהעל אין תר"ג. דערנאך האט מען ממנה געווען הרב חיים יוסף גאטליב אלס אב"ד פון סטראפקאוו ער האָט געפֿירט ביז זײַן שטאַרבן אינעם יאָר ה'תרכ"ז.

אין תרכ"ח איז דער שינאווער רב, רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם, באשטימט געווארן רב פון סטראפקאוו. ער איז געבליבן אין דעם רבנות ביז תרמ"א, ווען ער איז צוריקגעגעאנגען קיין שינאווא.