יחזקאל שרגא האלבערשטאם

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם זצ"ל דער שינאווער רב

רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם זצ"ל (כ' שבט ה'תקע"וו' טבת ה'תרנ"ט) שינאווער רב, באקאנט אלס דער דברי יחזקאל. ער איז געווען דער עלצטער זון פון דעם דברי חיים.

אפשטאם[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי יחזקאל שרגא איז געבוירן אין טארניגראד כ' שבט ה'תקע"ו,[1] צו זיין פאטער הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים, און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא א טאכטער פון הרב ברוך תאומים-פרענקל, דער ברוך טעם. ער האט געהייסן יחזקאל נאך זיין עלטער-זיידן רבי יחזקאל יהושע פייביל תאומים-פרענקל, דער פאטער[2] פון ברוך טעם.

ווען די מוטער פון רבי יחזקאל שרגא האט אים געטראגן, איז זי געווען ביים חוזה פון לובלין, האט דער חוזה זיך אונטערגעהויבן פאר איר, ערקלערנדיג אז דאס קינד וואס זי טראגט וועט נאך באלייכטן די וועלט. רבי יחזקאל שרגא האט זיך בארימט אז ער האט נאך זוכה געווען דערמאנט צו ווערן אין א קוויטל ביים חוזה פון לובלין.

רבי יחזקאל שרגא פלעג פארן צו די צדיקים רבי צבי הירש פון רימאנאוו, רבי שר שלום פון בעלזא, רבי נפתלי ראפשיצער, רבי ישכר בער פון ראדאשיץ און רבי מאירל פון פרעמישלאן.

רבנות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי יחזקאל שרגא איז געווען א קורצע צייט רב אין רודניק. נאך דער פטירה אין תר"ח פון זיין דריטן שווער, הרב יהודה צבי הירש אייכנשטיין אב"ד ראזלא, איז רבי יחזקאל שרגא אויפגענומען געווארן רב אין ראזלא אויף זיין שווער'ס ארט.

אין יאר ה'תרט"ז איז רבי יחזקאל שרגא געווארן אויפגענומען אלס רב אין שינאווא, און אין יאר ה'תרכ"ח איז ער געווארן רב אין סטראפקאוו.

אין יאר תרכ"ט האט ער באזוכט ארץ ישראל, און ער האט פארזוימט אין צפת און ירושלים. אין צפת האט ער געגרינדעט א שול און א מקוה וואס זענען נאך דא היינט. די שול הייסט היינט די צאנזער קלויז, און די קאלטע מקוה דארט איז דעם שינאווער רב'ס מקוה. אין תרל"א איז ער צוריקגעפארן אין דער גאליציע.

נאך זיין פאטער'ס פטירה אין תרל"ו איז רבי יחזקאל שרגא פארבליבן אין צאנז מיט א פאדערונג אויף דעם רבנות אלס עלצטער זון. נאך א צייט ווען איינער האט געשריבען א שענדלכן ארטיקל אין א צייטונג קעגן רבי יחזקאל שרגא, האט ער געזאגט אז מען לייגט שוין אין די צייטונגען וועל איך גיין, און ער איז צוריק געפארן קיין סטראפקאוו. אין יאר ה'תרמ"א (אומגעפער) האט רבי יחזקאל שרגא אנגענומען דעם פארלאנג פון דער שינאווער געמיינדע און ער איז ווידער געווארן רב אין שינאווא.

הסתלקות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

א קורצע צייט פאר זיין פטירה איז רבי יחזקאל שרגא געלעמט געווארן, און איז נפטר געווארן ו' טבת ה'תרנ"ט. (זיין ברודער דער גארליצער רב האט געזאגט ביי זיין הספד, "די וועלט זאגט אז מיין ברודער איז געווארן געלעמט, און איך זאג, די וועלט איז געווארן געלעמט"). ער ליגט אין שינאווא.

פאמיליע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי יחזקאל שרגא האט געהייראט בזיווג ראשון אין יאר ה'תק"ץ (אומגעפער) אין אוהעל, מרת טאבע ( - ה'תקצ"ט), א טאכטער פון הרב אריה לייביש ליפשיץ, דער אריה דבי עילאי, רב אין ווישניצא, אן איידעם פון הרב משה טייטלבוים, דער ישמח משה. זייערע קינדער:

נאך דער פטירה פון זיין ערשטן זיווג איז רבי יחזקאל שרגא געפארן צו זיין רבין דער שר שלום פון בעלזא, מיט דעם פלאן צו בלייבן דארט א "יושב" זיצן און לערנען און דינען דעם אייבערשטן, נאך עטליכע מאנאטן האט אים דער שר שלום געזאגט ס'שטייט אין פסוק לא טוב היות אדם לבדו, איז רבי יחזקאל שרגא אהיים געפארן און נאכאמאל געהייראט.

ט"ו שבט ה'ת"ר האט רבי יחזקאל שרגא געהייראט בזיווג שני מרת דבורה (ה'תקפ"ד (אומגעפער) - ה'תר"ד (אומגעפער) ) א טאכטער פון זיין שוואגער הרב מרדכי זילברשטיין, רב פון האלאשיץ, אן איידעם פון זיין ערשטען שווער דער אריה דבי עילאי.

צו דער חתונה האט מען פארשפראכן פאר רבי יחזקאל שרגא קעסט אויף דריי יאר און א שטיצע פון אכט גילדן א וואך, פון איר עלטער-זיידן דער ישמח משה. נאך דער פטירה פון דעם ישמח משה כ"ח תמוז ה'תר"א האט רבי יחזקאל שרגא געפאדערט פון רבי אלעזר ניסן טייטלבוים דער זון פון ישמח משה ער זאל אנהאלטן דעם פאטער'ס פליכטן צו אים, רבי אלעזר ניסן האט געהאלטן אז דער פאטער אליין האט אויך נישט געהאט קיין פליכט, און ער זיכער נישט, זיי האבן באשלאסן צו פאלגן דעם צאנזער רב, וועלכער האט געשריבן א לענגערע תשובה [3] איבער דעם, און פירט אויס אז מען מוז ווייטער באצאלן פאר רבי יחזקאל שרגא זיין קעסט ביז דער ענדע פון די דריי יאר.

זייערע קינדער:

ראש חודש כסליו ה'תר"ו אדער ה'תר"ז האט רבי יחזקאל שרגא געהייראט בזיווג שלישי מרת בריינדיל א טאכטער פון הרב יהודה צבי הירש אייכנשטיין רב אין ראזלא, א זון פון הרב משה אייכנשטיין רב אין סאמבור, אין אן איידעם פון זיין פעטער (זיין פאטער'ס ברודער) הרב צבי הירש אייכנשטיין רב פון זידיטשוב דער עטרת צבי, פון זיי איז נישט געווען קיין קינדער.

נאך איר פטירה האט רבי יחזקאל שרגא געהייראט בזיווג רביעי מרת חנה רחל א טאכטער פון הרב צבי הירש רומערז רב אין לעשנוב, א ברודער פון מרת מלכה, די ווייב פון דעם שר שלום פון בעלזא. (זי איז געווען די אלמנה פון הרב סענדער רוקח, א זון פון הרב אלעזר רוקח א זון פון שר שלום). זייערע קינדער:

בזיווג חמישי האט רבי יחזקאל שרגא געהייראט אין יאר ה'תרמ"ב (אומגעפער) מרת שיינדיל א טאכטער פון הרב אברהם געווירצמאן פון גארליץ, אן אייניקל פון נועם אלימלך און דער זיידע פון רבי איציקל פשעווארסקער.

דערציילונגען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

הרב יוסף צבי דושינסקי איז אמאל געווען ביים שינאווער רב, און ביים געזעגענען האט דער רב אים אנגעוואונטשן "זאל דער אייבערשטער העלפן: למען ירבו ימיכם וימי בניכם על האדמה אשר נשבע ד' ". דער נוסח פון דער ברכה האט אויסגעקוקט אינטרעסאנט, ערשטנס ווייל הרב דושינסקי האט דעמאלסט נישט געהאט קיין קינדער, און צוויטנס ווייל ער האט געוואוינט נישט אין ארץ ישראל נאר אין אונגארן. יארן שפעטער איז די ברכה מקויים געווארן ווען מ'האט אויפגענומען הרב דושינסקי אלס אב"ד פון ירושלים און דארט איז געבוירן צו אים זיין זון הרב ישראל משה דושינסקי, און ער האט טאקע זוכה געווען צו אריכות ימים.‏[5]

אין בארניוו האט געוואוינט א ראזוואדאווער חסיד, ר' יחיאל מאיר, א מקורב פון רבי משה ראזוואדאווער, וואס איז אמאל אויסגעקומען צו האבן א משפט דעם צווייטן טאג שבועות. זיינע קינדער האבן אים מזכיר געווען ביים שינאווער רב. האט דער שינאווער רב געהייסן אז ר' יחיאל מאיר זאל קומען אויף שבועות קיין שינאווא. ר' יחיאל מאיר האט געפרעגט זיין רבי, און דער ראזוואדאווער רב האט מסכים געווען.

געפינענדיק זיך אין דער פרעמד אויף יום טוב האט ר' יחיאל מאיר געהאט גרויס חלישות הדעת. ערשט דעם צווייטן טאג שבועות ביים טיש האט דער שינאווער רב גערופן ר' יחיאל מאיר און האט אים געגעבן שיריים א קאפ פון פיש, זאגנדיק "נעם א קאפ ווייל דו דארפסט דאך האבן א קאפ".‏[6] דער ראזוואדאווער חסיד האט בכלל נישט פארשטאנען די רייד.

אסרו חג קומען אן זיינע קינדער קיין שינאווא און דערציילן אז נעכטן האט געדארפט פארקומען דער משפט אין געריכט. דער פראקוראר האט געריטן א פערד און דאס פערד איז פלוצלונג געווארן ווילד און האט אנגעהויבן קאפען און שטויסן און געלאזט דעם פראקוראר אויף טויט. ערשט יעצט האט ר' יחיאל מאיר פארשטאנען וואס דער שינאווער רב האט געמיינט ווען ער האט אים געגעבן שיריים.‏[5]

זיינע ספרים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • דברי יחזקאל

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. י"ג אורות מערכת שינאווא
  2. א.ל.ג. שרייבט בטעות זקנו
  3. חו"מ ח"א ס"א
  4. י"ג אורות, א.ל.ג. חנה מלכה
  5. 5.0 5.1 אידישע טריבונע 2099, ג' טבת תשע"ב, רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם משינאווא
  6. א קאפע איז א שטויס