דראהביטש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

דראָהאָביטש (אוקראיניש: Дрогóбич; פויליש: Drohobycz) איז א שטאט פלאצירט ביים צוזאמענפלוס פון דעם טיסמעניץ טייך און דעם סערעט טייך, א בייטייך פונעם ערשטן, אין דעם לעמבערגער גובערניע, מערב אוקראינע. דער באפעלקערונג איז אומגעפער 78,368 (אין 2010).

פריער איז דער געגנט געווען אין מזרח גאליציע.

ביי חסידים איז בעיקר באקאנט ר' איציקל דראהביטשער דער טאטע פון ר' מיכלע זלאטשובער, און הגה"ק ר' אלעזר ניסן טייטלבוים א זוהן פון הגה"ק בעל ישמח משה וועלכער איז דארט געווען רב. דער ייטב לב איז אויך געווען דארט רב פאר דריי יאר, דערנאך איז געווען דארט רב זיין זוהן נחום הערש.

אויך דער נשיא פון כולל גאליציע ר' יצחק ליב סופר - וועלכע איז דארט געווען אן איידעם ביים בעוואוסטן גביר ר' דוד לינדענבוים - האט דארט געוואוינט.

פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן