נפתלי צבי לאבין

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
כ"ק מרן אדמו"ר נפתלי צבי לאבין פון זידיטשוב

רבי נפתלי צבי לאַבין (ה'תרע"ו -ט' אדר ה'תשס"ט) איז געווען דער זידיטשויווער רבי אין אמעריקע.

ר' נפתלי צבי איז געבוירן תמוז תרע"ו אין קאלאמיי, גאליציע, דער בכור פון זיין פאטער רבי אלכסנדר יוסף ליפא פון זידיטשויוו און זיין מוטער הינדא. זיי האבן געצויגן קיין בערעגסאז, דארט האט ער געלערנט ביים "חקל יצחק" פון ספינקא, וואס האט אים געגעבן היתר הוראה. אלס קינד האט ער זוכה געווען צו זיין ביים בעלזער רב, רבי אהרן רוקח און ביים אמרי אמת פון גער. ער איז געווען אין דער חבורה פונעם "שומר אמונים" רבי, ר' אהרן ראטה. זיין פעטער דער מאַקאָווער רבי איז געווען דער שווער פונעם בעלזער רב ר' אהרן.

בשעת דער צווייטער וועלט מלחמה איז ער אנטלאפן קיין סאטמאר. שפעטער איז ער אנטלאפן קיין דעזש וואו ער האט געלערנט מיט רבי משה יהושע האגער דער היינטיגער וויזשיניצער רבי.

נאך דער מלחמה איז ער געווארן א דיין אין דער קהילה שארית הפליטה וואס דער קלויזענבערגער רב האט אויפגעשטעלט.

פון תש"י (בערך) ביז תשכ"ט האט ער געוואוינט אין לאנדאן, ענגלאנד. נאכדעם האט ער געוואוינט צוויי יאר אין מאנטרעאל, קאנאדע ביז אין יאר תשל"א האט ער געצויגן קיין וויליאמסבורג, ניו יארק סיטי.


זיינע קינדער:

  • אלכסנדר יוסף ליפא לאבין זצ"ל נפ' תשמ"ז
    • משה אליקים בריעה, זון פון ר' אלכסנדר יוסף ליפא
    • יעקב אריה, זון פון ר' אלכסנדר יוסף ליפא
  • שלמה דוב לאבין, זידיטשויווער רבי אין לאנדאן
  • משה לאבין, רב פון "קהל חרדים" אין וויליאמסבורג
  • די ווײַב פון רבי דוד קאהן, תולדות אהרן רבי.
  • ישעיה לאבין, רב פון ביהמ"ד זידיטשויוו
  • די ווייב פון ר' אלימלך לעווי (זון פון טאהשער רבי'ן)
  • אהרן מאיר לאבין, א מיטגליד פון ביד"צ התאחדות הרבנים פון די פאראייניקטע שטאטן און קאנאדע, רבי פון באלאחאוו- זידיטשויב
  • יצחק אייזיק לאבין, זידיטשויווער רב אין בני ברק

ר' נפתלי צבי איז נפטר געווארן דאנערשטאג ט' אדר תשס"ט און איז נטמן געווארן אין דעם קרית יואל בית עולם לעבן דעם סאטמארער רב, רבי יואל טייטלבוים.

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]