זלמן לייב טייטלבוים

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
רבי זלמן לייב נאך דער שבעה אראפקומענדיג פון זיין טאטען'ס הויז מיט ווייסע זאקן און זילבערנעם שטעקן

ר' יקותיאל יהודה (זלמן לייב) טייטלבוים (געבוירן ה'תשי"א) איז איינער פון די סאטמארער רבי'ס (זאליס). ער וואוינט אין וויליאמסבורג, ניו יארק. ער איז דער דריטער זון פון ר' משה טייטלבוים זצ"ל, דער לעצטער סאטמארער רבי, וואס איז א ברודער-קינד פון דעם ערשטן סאטמארער רבי, ר' יואל טייטלבוים זצ"ל, וואס האט געגרינדעט די סאטמארער קהילה איבער דער גארער וועלט.

אינהאַלט

זיין פריער לעבן [באַאַרבעטן]

רוב פון זיין לעבן איז ער נישט באטראכט געווארן אלס ממלא מקום פון זיין גרויסן טאטן. ער איז געווען גאר א שטילער און באהאלטענער צוריקגעצויגענער, וואס איז געזעצן אין דער בארא פארקער סיגוט'ער שול און געווען א מגיד שיעור/(ר"מ) אין די ישיבת לצעירים אין סאטמאר וומס"ב, און נישט געהאט עפעס עקסטער מיט קיינעם גארנישט. די אהרונים ווייסן צו זאגען אז זיין טאטע האט דוקא פאר אים נישט געוואלט געבן קיין רבנות שטעלע אין סאטמאר

הנהגת התורה [באַאַרבעטן]

אפילו היינט צוטאגס ווען ער איז איינע פון די פאפולערסטע רבי'ס, דארף ער זיך שטארק רעכענען מיט די מיינונ פון זיינע דיינים.

די דיינים וואס זענען זיין תורה אוטריטעט, זענען פארמירט געווארן אין אזא סימבאלישע בית דין אן קיין זיצונגען נאר פארבינדען צוזאמן דערווייל בראש פון ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן ר' משה מנחם טירנויער, ר' חיים דוד כ"ץ, ר' זלמן לייב פילאפ און ר' שלמה לייב וויינבערגער שליט"א.

אסאך פון זיינע אנהענגער האלטן זייער שטארק פון זיין זוהן ר' חיים הערש.

זיין יוגנט [באַאַרבעטן]

ער האט חתונה געהאט צו זיין פרוי חיה שרה, א טאכטער פון ביסטריצער רב.

ער איז דער יונגערער ברודער פון רבי אהרן טייטלבוים.

אלע יארן האט ער געוואוינט אין בארא פארק. שפעטער איז ער געווארן א מגיד שיעור אין די צעירים פון דער סאטמארער ישיבה אין וויליאמסבורג.

עולה לגדולה [באַאַרבעטן]

ווען דער ירושלימ'ער רב, ר' משה אריה פריינד, איז אוועק, האט אים זיין טאטע, דער סאטמארער רבי רבי משה טייטלבוים, געשטעלט אויף זיין ארט אלס רב אין דער סאטמארער קהילה אין ירושלים.

מיט צוויי יאר שפעטער אין זומער פון 1999 (ה'תשנ"ט) איז ער געקומען פון ירושלים קיין וויליאמסבורג וואו ער איז אויפגענומען געווארן אלס רב.

נאך דער פטירה פון סאטמארער רבי'ן זצ"ל כ"ו ניסן ה'תשס"ו איז רבי זלמן לייב אויפגענומען געווארן דורך זיינע חסידים אלס סאטמארער רבי אין וויליאמסבורג לויט די אנגעבליכע צוואה פון זיין טאטען.

צום סוף פון זיין טאטנ'ס לעבן אין יאר תשס"ב ווען ער איז שוין געווען אלט און שוואך, און לויט די ארונים נישט בדעה צלולה, האט ער אונטערגעשריבן א צוואה פאר צוויי עדות אז זיין דריטער זון ר' זלמן לייב זאל איבערנעמען די רביסטעווע אין וויליאמסבורג "והוא ישב על כסאי", די ארונים האלטן אז דאס איז נישט געווען זיין רצון ווייל ער האט געליטן פון אלצהיימערס.

זיין תורה [באַאַרבעטן]

ער איז יארן לאנג געווען מרביץ תורה אין סאטמאר ישיבה לצעירים אין וויליאמסבורג וואו ער פלעגט זיך פירן זייער בפשטות, און מאכן אפט ווערטלעך.

ער האט געדינט ברבנות אין זיין טאטענס שול סיגוט אין בארא פארק אויך האט אים זיין טאטע איבערגעגעבן די השגחה פון יענע צייטן ווען ער איז געווארן רבי.

ער ווערט קריטיקרט אז תיכף נאך דער פטירה פון זיין טאטע האט ער זיך געזעצט אויף זיין טאטענס שטענדער אין ביהמ"ד, וואס לויט די קריטיק איז שוין מקובל פון געוויסע חסידישע רבי'ס, אז מ'זעצט זיך הערשט ביים ערשטן יארצייט, אזוי האט געטאן ר' זלמן לייב סיגוטער הי"ד, דער עצי חיים, און קדושת יו"ט און אווי האט אויך דער ברך משה געטאן ווען ער האט ממלא מקום געווען ר' יואל זצ"ל.

זיינע חסידים [באַאַרבעטן]

ער האט א קהילה אין וויליאמסבורג וואס באשטייט פון איבער טויזענטער ראשי משפחות, זיין תלמוד תורה און מיידל שולע אין וויליאמסבורג האבן איבער זיבן טויזנט קינדער. אויך האט ער מוסדות התורה און חברי קהילה אין קרית יואל, אין בארא פארק אין לאנדאן אין ארץ ישראל ספעציעל אין ירושלים און אין אלע פלעצער ווו עס געפינט זיך סאטמארער אידן. בעת ער איז געװאָרן רבי, האָט אױסגעפּלאַצט אַ מחלוקת צװישן די סאטמארער חסידים. זע מער אינעם אַרטיקל סאטמאר מחלוקת.

נועם המידות והחזרת עטרה ליושנה [באַאַרבעטן]

עס איז שוין געווען אנגענומען א לענגערע צייט אז ר' אהרן טייטלבוים וועט זיין דער ממלא מקום אבער זייער טאטע האט צוריק געצויגן וואס א טייל זאגן צוליב די העצע פון ר' משה גבאי דאס האט געפירט אז עס זאל אויסברעכן א מחלוקה פון זיבן יאר צווישן די אנהענגער פון די צוויי ברידער,

ר' זלמן לייב האט ביי זיין הכתרה פאר רב אין וומס"ב געזאגט אז עס ווייזט זיך ארויס אן "אהבה מוסתרת" מיינענדיג אז דערמיט וואס אויסערליך זענען זיי געווען זיין טאטן'ס שונאים, איז דאס אבער נאר געווען מיטן ציל קעגן ר' אהרן טייטלבוים, און אמת'דיג אינעווייניג האבן זיי יא ליב געהאט זיין טאטע ר' משה טייטלבוים זי"ע אבער פיינט געהאט זיין זון ר' אהרן טייטעלבוים שליט"א, פארשטייט זיך אז דאס איז געווען א קאנטראווירסעל לאזונג. אז זיי האבן טאקע ליב געהאט זיין טאטן,

זיין ישיבה [באַאַרבעטן]

ר' זלמן לייב פירט די ישיבה גדולה אין גלענדעל קווינס וואס די ישיבה האט היינט אנגעבליך בערך 850 בחורום

זיין קהילה אין קרית יואל [באַאַרבעטן]

די זאליס הייסן צו זיין א מינאריטי אין קרית יואל דערווייל ווי די ביז איצטיגע וואלן דארטן האבן געוויזן שוין דריי מאל וואס זיי האבן פארלוירן. ביי די לעצטע וואלען האבען זיי אנגעצויגן 37/39 פראצענט פין די וואלען, אבער דערווייל זענען זיי ביי דער מאכט אין די וויליאמסבורג סאטמאר קהילה אין פירן אירע מוסדות.

זיינע גבאים [באַאַרבעטן]

זיין משפחה [באַאַרבעטן]

ברידער

שוועסטער

שוואגערס

קינדער

וועבלינקען [באַאַרבעטן]


פריערדיקער:
הרב משה טייטלבוים זצ"ל
ברך משה
סאטמארער רבי קומענדיקער:
--