ויואל משה

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

ויואל משה איז געשריבען געווארן בכתב יד פונעם באקאנטן סאטמארער רב רבי יואל טייטלבוים זצוק"ל ווי ער איז מבאר שיטתו פארוואס אידן זענן פארבאטען געווארן צו האבן אן אייגן יידישע דעמאקראטישע לאנד מיט אן אייגן מיליטער פאר ביאת המשיח. דער ספר איז אנגעטיילט אין דריי חלקים מאמר שלש שבועות. מאמר ישוב ארץ ישראל. מאמר לשן קודש.

ווען דער ספר איז ארויס געקומען האט זיך ווי פארשטענדליך געמאכט אן איבערקערעניש אין אלע שיכטן און קרייזען טייל האבן עס פארברענט און טייל גאר ווי דער בריסקער רב ז"ל האט געזאגט אס עס איז א פינפטע שלחן ערוך אין סאטמערע סעקטע בפרט איז דער ספר איז די איינציגסטע ספר וואס איז גרינטליך מבאר די עבירה פון ציונות געבויעט אויף פריעריגע מקורות. אין די ענין פין ציונות איז היבש פארפלאנטערט ווי ווייט דער סאטמער רב איז געגאנגען וואס כידוע האט ער נישט געדילט פאלשע איבערגעטריבענע מערכות. ער פלעגט אלץ זאגן אז די איבערגעטריבענע מערכות טיט גאר פארשעמען די אמתדיגע קנאים.

נאך די פטירה פון ר' יואל טייטלבוים האט די בעלזא צייטונג מחנה חרדי געהאט א וועכענטליכער קאלום וועלכער האט זיך אפגעגעבן מיטן אפ-פרעגן דעם ויואל משה, די סאטמארע חסידים האבן נישט געענטפערט, דער איד האט זיך איינמאל באצויגן צו דעם מיט זלזול "אל תען כסיל" און "אין משיבין את הארי לאחר המיתה".