יידישע דעמאקראטישע לאנד

פֿון װיקיפּעדיע

דער הויפט געדאנק פון דער יידישער מדינה, מדינת ישראל, איז אויסצופירן דעם געזעץ פון צוריקערן אלע יידן פון גלות צו אן אייגן לאנד. אבער די פראגע איז ווי דארף א יידישע מדינה אויסזען? צווישן די בירגער אין מדינת ישראל איז דא מיינונגס פארשיידנהייט איבערהויפט צווישן די פרומע, מזרחיסטן און סעקולערער.

1. די פרומע צעטיילן זיך אזוי:

א) קנאים גרופעס וואס לייקענען אינגאנצן אפ די מדינה (ווי עדה החרדית, סאטמאר)
ב) גרופעס ווי אגודת ישראל און דגל התורה וואס כאטש זיי זיינען אויך קעגן דעם ציוניסטישן געדאנק, אבער דאך האלטן זיי אז מען דארף זיך אריינמישן אין די ישראל פאליטיק כדי צו כאטשיק אויפטון מיט וויפל מ'קען כדי צו העלפן דעם פרומען ציבור סאציאליסטיש און אין יידישקייט. (אין די לעצטע יארן איז זייער שטרעבונג אויך צו מאכן טראדיציאנאליש די גאנצע מדינה (אזוי ווי די שטרעבונג פון די מזרחיסטים (זעט נעקסטן פאראגראף)))

2. די מזרחיסטן האלטן אז די מדינה איז א חלק פון די גאולה (אתחלתא דגאולה), און מען דארף איר מאכן א מדינת הלכה וואס פירט זיך טיאקראטיש ד.ה. מען דארף אויסמאכן הלכהדיקע געזעצן און אויפשטעלן א רעליגיעזען געריכט (סנהדרין). זייער ציל איז נישט צו העלפן זייערע אייגענע גרופעס אזוי ווי די פרומע, נאר זיי שטרעבן צו מאכן די גאנצע מדינה מער טראדיציאנאליש מיט ארויף לייגן גרונדענע הלכות ווי שמירת שבת, כשרות, א יידישע מיליטער, נישואין און גירושין זאל זיין על פי די הלכה. אבער פונדעסוועקן האלטן זיי זיך אָן מיטן דעמאקראטישן געדאנק.

3. ביי די סעקולערער איז דא פארשידענע מיינונגען:

א) טראדיציאנאלער - זיי האלטן אז די יידישע מדינה דארף שטרעבן זיך צו פירן לויט די יידישע טראדיציע און קולטור, און מען דארף מאכן גרונדענע געזעצן וואס געהערט צו די יידישע טראדיציע, ווי צ.ב.ש מאכן דער טאג שבת אלץ א רוהע-טאג, נישט אנוואקסן אין איר שוויינען א.ד.ג.. די אידיאלאגיע צעטיילט זיך אין א סך מיינונגען וועלכע געזעצן מען דארף אויסלייגן.
ב) אזעלכע האלטן אז די מדינה איז געמאכט געווארן פאר דאס יידישע פאלק איבער די גאנצע וועלט. די ציל פון די מדינה דארף נישט זיין נאר פאר אירע בירגער נאר פאר אלע יידן אין די גארער וועלט.
ג) די מדינה דארף זיין "א מדינה פאר יידן" און נישט א "יידישע מדינה", עס דארף זיין אין איר דעמאגראפיש רוב יידן און האבן א יידישע רעגירונג, אבער זי דארף זיך נישט מישן אין די יידישע טראדיציע און קולטור נאר זיין אינגאנצן דעמאקראטיש.
ד) די מדינה דארף זיין א פולע דעמאקראטישע מדינה מיט גלייכרעכטיגייט פאר אלע בירגער אריינגערעכנט די אראבער, דרוזער און אלע אנדערע גוים. אויף העברעיש הייסט דאס מדינת כלל אזרחיה.