אהרן קאטלער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

רבי אהרן קאטלער (ה'תרנ"ב- ב' כסלו ה'תשכ"ג) איז געווען א ראש ישיבה אין דער ליטע און שפעטער אין אמעריקע, וואו ער האט געגרינדעט די ישיבה בית מדרש גבוה.

יונגע יארן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

הרב קאטלער איז געבוירן אין סיסלעוויטש, ווייסרוסלאנד, רוסלענדישע אימפעריע (היינט בעלארוס) אין תרנ"ב, צו זיין פאטער הרב שניאור זלמן פינעס, דער שטאטס־רב. ער האט געלערנט אין דער סלאבאדקער ישיבה ביי רבי נתן צבי פינקל, דער "אלטער פון סלאבאדקע", און רבי משה מרדכי עפשטיין. רבי איסר זלמן מעלצער האט אים גענומען פאר אן איידעם, און ער האט אטייל גענומען מיט זיין שווער אין דער הנהלה פון דער לוצקער ישיבה.

ער האט געגרינדעט די ליטווישע ישיבה בית מדרש גבוה ד'לעיקוואָד אין דער געגנט וואס איז היינט טויזענטער אידישע איינוואוינער און אין דרום ניו זשערסי.

דער היינטיגער ראש ישיבה איז רבי מלכיאל קאטלער זיין אייניקל.

ער ליגט אין הר המנוחות.