זעליג ראובן בענגיס

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

רבי זעליג ראובן בענגיס (י"א סיון ה'תרכ"ד - ז' סיון ה'תשי"ג) איז געווען א רב, א פוסק און א מחבר פון ספרים. פון תש"ח ביז תשי"ג איז ער געווען גאב"ד פון דער עדה החרדית.

ביאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זעליג ראובן בענגיס איז געבוירן אינעם שטעטל שניפישאק לעבן ווילנע, ליטא, צו זיין פאטער רבי צבי הירש. יונגערהייט האט מען דערקענט זיינע גאונישע כשרונות און מען האט אים גערופן דעם שניפישאקער עילוי. ביי 17 יאר האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער וואלאזשינער ישיבה, וואו ער האט געלערנט ביי זיין רבי מובהק‏‏ דעם נצי"ב, וואס האט אים גערופן א לעבעדיקן ש"ס.