רויטער קרייץ
פֿון װיקיפּעדיע
דער רויטער קרייץ (Red Cross) איז אן אינטערנאציאנאלע נייטראלע ארגאניזאציע וועלכע איז געווידמעט צו העלפֿן פארוווּנדעטע אין א קריג און ארויסהעלפן די ציווילע מיט עסן און מעדיצין ווען עס פעלט זיך אויס. די הויפט ביוראס זיינען פלאצירט אין גענף- אין דער שווייץ.
די רויטע קרייץ איז היינט א פארנומענע ארגאניזאציע מיט טויזענטער וואלונטירן ארום די וועלט וועלכע העלפן ארויס די ארימע לענדער מיט עסן אין מעדיצין ווען עס פאסירן קאטאסטראפעס ווי פארפלייצונגן, ערדציטערנישן, עפידימיקס, און אנדערע פראבלעמען.
די רויטע קרייץ איז הויפטקווארטירט אין דזשעניווע, שווייץ, און פארמאגט אפטיילונגן אין 160 לענדער ארום די וועלט, אריינגערעכנט די אמעריקאנער רויטע קרייץ וועלכע איז באוואוסט אלס די מערסט אקטיווע אפטיילונג.
[באַאַרבעטן] אינטערעסאנטע פאקטן
די רויטע קרייץ באזוכט א יאר ארום א האלב מיליאן ארעסטאנטן אין 1,900 טורמעס אין 80 לענדער ארום די וועלט זיכער צו מאכן אז זיי ווערן געהאלטן מיט יושר. די ארגאניזאציע טראגט און ברענגט ארום 1.3 מיליאן מעסעדזשעס פער יאר צווישן די ארעסטאנטן און זייערע פאמיליעס אדער אנדערע נאנטע. די ארגאניזאציע אראנזשירט ארום 55,000 באזוכונגן צו ארעסטאנטן דורך פאמיליע.
א דאנק די רויטע קרייץ טרעפן זיך ארום 2,500 מענטשן מיט זייערע פאמיליע מיטגלידער וועלכע זיי האבן שוין נישט געזען פאר יארן אדער קיינמאל. פון צענדליגער טויזענטער פארלוירענע וועלכע ווערן איינגעגעבן דורך זייערע פאמיליעס, טרעפט די רויטע קרייץ ארום 1,600 פון זיי פער יאר. ארום 6,000 מענטשן באקומען רייזע דאקומענטן מיט די הילף פון די רויטע קרייץ צו קענען אנקומען אהיים צו זייערע פאמיליעס.
די ארגאניזאציע שטעלט צו הילף פאר 67 שפיטעלער אין 18 ארימע לענדער ארום די וועלט. די ארגאניזאציע האט אפילו אייגענע דאקטוירים וועלכע בא'הנדל'ן ארום 30,000 פאציענטן פער יאר.
יעדעס יאר ברענגן זיי הילף צו טויזענטער פארוואונדעטע אין אלע קאנפליקטן ארום די וועלט. אין דעם פארגאנענעם יאר אליינס האט די ארגאניזאציע געגעבן הילף פאר נאנט צו 100,000 פארוואנדעטע אין 55 באזונדערע פראיעקטן אין 21 לענדער ארום די וועלט.
א דאנק די הילף פון די רויטע קרייץ געניסן איבער 100 מיליאן מענטשן ארום די וועלט פון פרישע וואסער און סאניטאציע סיסטעמען.
די ארגאניזאציע טיילט אויס א יאר א געשאצטע 132,000 טאנען עסן פעקלעך, 745,000 טאנען פון מעדיצין, 895,000 צודעקן (דאכענעס), 132,750 עסצייג סעטס, און שטעלן אויף 6,360 טענטס אין צענדליגער לענדער.
אלעס אינאיינעם פארמאגט די ארגאניזאציע נאנט צו 12,000 ארבייטער פון וועלכע ארום 10,000 געפנען זיך אויף מיסיעס ארום די וועלט. אין די הויפטקווארטירן ארבעטן 826 מענטשן.
די גאנצע אפעראציע קאסט אפ נאנט צו א ביליאן שווייצער פראנק (בערך 785 מיליאן יו-עס דאלאר).
[באַאַרבעטן] אין ישראל
די ארגאניזאציע מגן דוד אדום אין ישראל איז מיטגליד אין דער רויטער־קרייץ, און באדינט אלס א לאקאלע ישראלישע קראנקהויז.
en:International Red Cross and Red Crescent Movement he:הצלב האדום de:Internationale Rotkreuz- und Rothalbmond-Bewegung an:Cruz Roya ar:جمعية الصليب والهلال الأحمر az:Beynəlxalq Qırmızı Xaç və Qırmızı Aypara Hərəkatı be-x-old:Міжнародны рух Чырвонага Крыжа і Чырвонага Паўмесяца bg:Червен кръст bn:আন্তর্জাতিক রেড ক্রস ও রেড ক্রিসেন্ট আন্দোলন ca:Creu Roja cs:Mezinárodní červený kříž cy:Mudiad Rhyngwladol y Groes Goch a'r Cilgant Coch da:Røde Kors el:Διεθνές Κίνημα Ερυθρού Σταυρού και Ερυθράς Ημισελήνου eo:Ruĝa Kruco es:Cruz Roja eu:Gurutze Gorria fa:نهضت بینالمللی صلیب سرخ و هلال احمر fi:Punainen Risti fr:Mouvement international de la Croix-Rouge et du Croissant-Rouge gl:Movemento Internacional da Cruz Vermella e da Media Lúa Vermella hi:इंटरनेशनल रेड क्रॉस एवं रेड क्रेसेन्ट मोवमेंट hr:Međunarodni Crveni križ id:Gerakan Internasional Palang Merah dan Bulan Sabit Merah is:Rauði krossinn it:Croce Rossa e Mezzaluna Rossa Internazionale ja:国際赤十字 ka:წითელი ჯვრისა და წითელი ნახევარმთვარის საერთაშორისო მოძრაობა ko:국제 적십자·적신월 운동 la:Internationalis Crucis Rubrae Falcisque Rubrae Motus mk:Црвен Крст и Црвена Полумесечина ml:റെഡ്ക്രോസ് ms:Persatuan Palang Merah dan Bulan Sabit Merah Antarabangsa nl:Rode Kruis nn:Røde Kors no:Røde Kors nrm:Rouoge Crouaix pl:Międzynarodowy Ruch Czerwonego Krzyża i Czerwonego Półksiężyca ro:Mişcarea Internaţională de Cruce Roşie şi Semilună Roşie ru:Международное движение Красного Креста и Красного Полумесяца sh:Crveni križ simple:International Red Cross and Red Crescent Movement sk:Červený kríž sl:Rdeči križ sr:Црвени крст sv:Röda Korset sw:Shirika za msalaba mwekundu na hilali nyekundu ta:பன்னாட்டு செஞ்சிலுவை மற்றும் செம்பிறை இயக்கம் te:రెడ్క్రాస్ th:กาชาด tr:Uluslararası Kızılhaç ve Kızılay Hareketi uk:Міжнародний рух Червоного Хреста і Червоного Півмісяця ur:ریڈ کراس vi:Phong trào Chữ thập đỏ và Trăng lưỡi liềm đỏ quốc tế wa:Federåcion des soces del Rodje Croes et do Rodje Crexhant war:Gios Kanasoran han Pula nga Krus ngan Pula nga Bulan zh:国际红十字与红新月运动