רודאלף קאסטנער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

רודאלף קאסטנער איז געבוירן געווארן אין קלויזנבורג, אונגארן (היינט רומעניע) אין יאר (1906) ה'תרס"ו, און געשטארבן אין תל אביב, דעם 12טן מארץ (1957) ה'תשי"ז.

  • פארדעם איז ער געווען אן אדוואקאט און צייטונגס שרייבער.
  • אלס די פירער פון די הסתדרות איז ער געווען די פארמיטלער צווישען די נאציס און די יידישע געמיינדע פון בודאפעסט דורך אויס דער מלחמה.

פארהאנדליגען צו ראטעווען אידן פון די דייטשן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין (1944) ה'תש"ד איז ער געווען פארנומען פארהאנדלן מיט אדאלף אייכמאן - וואס איז געווען געשטעלט צו פארטיליגען אלע 800,000 יידען פון די יידישע אונגארישע געמיינדעס דורך זיי שיקען קיין אוישוויץ טויט לאגער אין פוילין - צו ראטעווען יידען אז זיי זאלן קענען פארלאזן אונגארין און אזוי ארום זיך ראטעווען פון טויט. ער האט באקומען אן אפמאך אויף צו ראטעווען 1,685 יידען פאר $1000 פאר א קאףּ. די אלע זענען טאקע געראטעוועט געווארן אין אלע אויף די באן - צווישען זיי דער סאטמאר רבי ר' יואל טייטלבוים זצ"ל - זענען אנגעקומען קיין שווייץ.

עס זענען דא אסאך מיינונגס פארשידנהייטן צי קאסטנער איז א העלד פארן ראטעווען יידען, אדער א מערדער וואס האט מיטגעארבעט מיט די נאציס.

מיטגעארבעט מיט די נאציס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

לויט געוויסע מקורות זענען די אלע יידען וואס קאסטנער האט געראטעוועט געווען פרזענליכע פריינד און ציוניסטישע פירער, און דאס אלעס ווען אין די זעלבע צייט זענען טויזענטער יידען פארשיקט געווארן צו די קרעמעטאריאםס. אין (1960) ה'תש"כ 16 יאר נאכדעם וואס זיי האבן זיך געטראפן האט אייכמאן געזאגט פאר טיים מאגאזין אין א אינטערוויו אז קאסטנער האט מסכים געווען צו העלפען צוריקהאלטן די אונגארישע יידען פון מאכן אן אויפשטאנד -און אפילו העלפן האלטן די געטאס - אויב ער וועט פארקוקן אויף די פָּאר טויזענט יידען וואס ער וועט ראטעווען און ברענגן קיין פאלעסטינע, ס'איז געווען א גוטע אפמאך. ביי (1944) ה'תש"ד האט קאסטנער און פילע אנדערע יידישע פירער גאנץ גוט געוואוסט וואס עס גייט פאר, און אז די דייטשן טויטן די אלע יידען וואס זיי פארשיקען, מען האט דאס זיי געלאזט וויסען אז זיי זאלן צוליב דעם ווארענען אלעמען איבער דעם אזוי אז זיי זאלן זיך קענען אויסהיטען. אנדערע זאגן אבער אז קאסטנער איז געווען אזוי אומבאוואוסט אז ער וואלט גארנישט געקענט אויפטוען. נאך היינט ווייסט מען אבער נישט פארוואס די אונגארישע אידענטום האט קיינמאל נישט אויסגעפונען פון די טויט לאגערען אין צייט.

אין פארטייטיגונגס פון קורט בעכער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין (1945) ה'תש"ה איז קאסטנער געפארן אינאיינעם מיט קורט בעכער אים צו פארטייטיגען ביי זיין געריכט - בעכער איז געווען באויפטראגט פון היינריך הימלער צו פרובירען צו אפשטעלן די פארטיליגען פון די יידען, מן הסתם אלס מענטשליכע סיבות וויבאלד די אליערטע האבן זיך דערנעטער צו מאכן אן ענדע צו די מלחמה, דערפאר איז בעכער געווען דער וואס האט גענומען די געלט פון קאסטנער פאר די 1685 יידען וואס זענען געראטעוועט געווארן - כאטש קאסטנער איז געווען א ייד, און בעכער איז געווען א נאצי דאך האבן זיי גארבייט גוט צוזאמען.

ביי די ענדע פון די מלחמה איז בעכער געברענגט געוורען פאר א געריכט, קאסטנער האט דאן עדות געזאגט אז בעכער איז אויסגעשניטען פון אן אנדער שטיקעל האלץ ווי די אנדערע פראפעסיאנאלע מאסען מערדער פון די פאליטישע עס עס. די פארטייטיגונגס האט נאך מער אויפגערעגט די אונגארישע יידען.

נאך דער צווייטער וועלט מלחמה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ער האט זיך באזעצט אין מדינת ישראל און זיך אנגעפאנגען רופן ישראל קאסטנער, און האט באקומען ארבעט ביי דער לינקער קאנטראלירטער רעגירונג, זייענדיק א כנסת דעפוטאט פון די לינקע מפא"י. אין (1953) ה'תשי"ג האט אים מלכיאל גרינוואלד באשולדיגט אין מיטארבעטן מיט די נאציס, און אין די מיטהעלפונג פון באפרייען א נאצי קרימינאל (בעכער איז באפרייט געווארן ביי זיין געריכט). וויבאלד קאסטנער איז געווען א צווילע ארבייטער אין די רעגירונג האט די יועץ המשפטי אים (גרינוואלד) באשולדיגט אין לשון הרע. אין די באפרייאונג פון געריכט האט די ריכטער געזאגט אז קאסטנער האט זיך פארקויפט די נשמה פארן שטן. עס איז ארויף געברענגט געווארן צו די בג"ץ ווי די הויכע ריכטער האבן זיך אפגערעדט אויף די נידריגע ריכטער.

  • קאסטנער איז געשאסן געווארן דורך אן אומבאוואוסטן שיסער אין 3טן מערץ 1957 און איז געשטארבן ניין טעג שפעטער.

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]