מונקאטש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

דאס איז א חסידות פון דערהיים אין קארפּאטען אונגארן היינט א טייל פון אוקריינע.


[באַאַרבעטן] היסטאריע

אידן האבן זיך באזעצט אין מונקאטש אין די אנפאנג ת"ק יארן. דער ערשטער חסידישער רבי וואס זאל דינען אלס רב אין דער שטאט איז געווען הגה"ק רבי צבי אלימלך שפירא זי"ע בעל בני יששכר און צוליב א מסירה איז ער צוריק צי זיין פריערדיגע וואינארט דינאוו וואס איז צוריק געווארן רב ושם מנ"כ.

זיין אייניקל הגה"ק רבי שלמה שפירא זי"ע בעל שם שלמה איז גערופן געווארן פון סטריזשעוו, גאליציע און איז אויפגענומען געווארן אלס רב.

נאכן הסתלקות פונעם שם שלמה זי"ע איז אויפגענומען געווארן אויף זיין אמט הגה"ק רבי צבי הירש שפירא זי"ע באקאנט אלס דער דרכי תשובה.


מיטן הסתלקות פון דער דרכי תשובה אין יאר תרע"ד איז אויפגענומען געווארן זיין בן יחיד הגה"ק רבי חיים אלעזר שפירא זי"ע דער בעל מנחת אלעזר אלס רב און אב"ד דק"ק מונקאטש והגלילות.


אונטער זיין פירערשאפט האט זיך מונקאטש אנטוויקלט צו ווערן די צענטער פון תורה און חסידות אין קארפאטן אונגארן. 60 פערצענט פון די שטאט'ס איינוואוינער זענען געווען אידן, אן ערך פון 16,000 אידן. דער מנחת אלעזר זי"ע האט באוויזן אויפצושטעלן חדרים און די בארימטער ישיבה רבתי "דרכי תשובה" ווי עס האבן געלערנט הונדערטער בחורים וואס זענען געקומען צו פארן קיין מונקאטש פון איבער גאנץ אייראפע.

נאך די פטירה פון דעם מנחת אלעזר איז געווארן רב זיין ר' ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש און ער איז געווען רב ביז די צווייטע וועלט מלחמה

אין די פינסטערע מלחמה יארן זענען צענדליגער טויזענטער אידן פון מונקאטש און די גאנצער געגענט איינגעשפארט געווארן אין צוויי געטא'ס אין מונקאטש ווי זיי זענען געעוען ביז די נאצי'ס ימ"ש האבן ליקווידירט די געטא'ס אינ'ם טאג ב' סיון תש"ד און זיי געפירט קיין אוישוויץ הי"ד.


ווידעא קליפ פון דער מונקאטשער חתונה, ווי דער הייליגער מנחת אלעזר שרייט "אמעריקאנער אידן האלטסט שבת".

[באַאַרבעטן] ווידעראויפבלו פון מונקאטשער הויף

נאך די גרויזאמע מלחמה, איז מונקאטשער חסידות איבערגעפלאנצט געווארן אויף די אמעריקאנער באדן דורכ'ן אייניקל פונ'ם מנחת אלעזר, כ"ק אדמו"ר רבי משה לייב ראבינאוויטש שליט"א וואס האט אויפגעשטעלט מוסדות התורה לשם ולתפארת איבער די גארער וועלט. די צענטער פון מונקאַטש'ער חסידות געפינט זיך היינט צוטאגס אין בארא פארק, ברוקלין, אבער עס געפינען זיך צענטערן פון מונקאטשער חסידים אין וויליאמסבורג, מאנסי, לאס אנדשעלעס, טשיקאגא, מאנטריאל, לאנדאן, מעלבארן, ירושלים און בני ברק.

זיין ברודער כ"ק האדמו"ר הרה"צ רבי יעקב יצחק ראבינאוויטש איז דער דינאווער רבי וועלעכס האט אויפגעשטעלט א בית המדרש אין דעם וויליאמסבורג געגנט אין ברוקלין.

וועבסייט פון אלע מונקאטשער ספרים

[באַאַרבעטן] וועבלינקען


פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן