זכרון משה

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
ר' יוסעל'ס מנין אין זכרון משה איז א שם דבר

זכרון משה איז א געגנט אין מיטן ירושלים צווישן די הנביאים גאס רצו כיכר השבת.

זכרון משה איז געגרינדעט אין יאהר 1905 דורך ציונים פון זיי ר' יחיאל מיכל פינעס, און דוד יעלין און נאך. איינער פון די פינף געגנטן וואס איז געבויט געווארן מיט ר' משה מאנטיפיארי'ס געלט מיט א תנאי אז ס'זאל הייסן נאך איהם, די געגנט איז געבויט געווארן מיט מאדערנער טעכנאלאגיע מיט די קאנצעפטן פון יענע יארן, ווי: די גאסן זאלן זיין שטאק אויסגעפלאסטערט ס'זאל אויסהאלטן די רעגן און ס'זאל נישט מאכן קיין בלאטעס, גראבן גרובער פאר ווי די וואסער זאל אפגיין, איינפלאנצן ביימער, און א פארבאט אויפצוהענגען קליידער צום אויסטריקענען אויף דער גאס.

אזוי אויך איז זכרון משה די ערשטע געגנט אינדרויסן פון די מויער וואס איז נישט געבויט געווארן איין הויז נעבען צווייטן, און יעדע הויז האט געהאט זיין הויף און גארטן, וואס דאס איז געווען די ערשטע ווי נאכדעהן קומט רחביה און אנדערע געגנטן, ס'איז געווען נאר איין שטאקיגע הייזער און ס'האט געהייסן דעמאלט'ס די טייערסטע געגנט.

אין 1934 איז אויף רחוב ישעיהו, געבויט געווארן א טעאטער עדיסון וואס האט יארן געדינט פאר דער שטאט'ס טעאטער ביזן אויפבוי פון טעאטער ירושלים אין 1971. אין יאר 2007 האט מען צעווארפן די געביידע.

מיט די יארן איז די געגנט געווארן נאכגעלאזט, אסאך הייזער האט מען אראפגעווארפן אדער צוגעבויט שטאקן, און צוליב זיין אין די טשאלנט פון ירושלים איז עס איבערגעטוישט געווארן צו א פרומער געגנט, און יעצט פלאנט סאטמאר (אהרונים) אויפצובויען זייער שטעטל דארט אויפן פלאץ פון די עדיסון טעאטער, דארט איז אויך דא די לעמעל שולע, און בית דוד ילין וואס דינט היינט אגודת ישראל.


זכרון משה שטיבלעך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]