בני יואל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

בני יואל זענען סאטמארער חסידים, וואס וואוינען בעיקר אין קרית יואל, וואס נאך דער פטירה פון ערשטן סאטמארער רבי'ן ר' יואל טייטלבוים, האבן זיי נישט געוואלט זיך אונטערווארפן זיין נאכפאלגער דער ברך משה זי"ע. היינט צוטאגס אנערקענען טייל פון זיי יא דעם ר' זלמן לייב טייטלבוים אלס סאטמארער רבי.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

כאטש זיי זענען פון דעם ערשטן מינוט פון דער פטירה פון רבי יואל טייטלבוים נישט געווען קיין חסידים פון דעם נייעם ממלא מקום, האבן זיי זיך אייגענטליך נישט זיך געטיילט פון סאטמאר, אסאך פון די בני יואל זענען יא נאכגעגאנגען נאך דעם נייעם ממלא מקום, אבער זיי האבן נישט געהאלטן אז ער איז ראוי צו זיין ממלא מקום, נאר ווען זיי האבן געשפירט אז מען צווינגט זיי צו זיין חסידים פונעם ברך משה און פון זיין זון רבי אהרן טייטלבוים, דאן האבן זיי זיך געטיילט.

די בני יואל טענה'ן אז געשען איז עס ווען עס איז געקומען צו א מצב אין קרית יואל אז ווער עס איז א סאטמארער חסיד מוז זיין א חסיד פונעם ברך משה, אדער האט ער א ברירה אוועק צו ציען פון קרית יואל, דאס הייסט כאטש עס זענען געווען קעגענערס אין סאטמארער קהילה אין אנדערע שטעט נישט בלויז אין קרית יואל, אבער איבעראל איז אזוי געווען אז ווער עס איז נישט געווען צופרידן האט געהאט א ברירה אוועק צו גיין פון דעם בית המדרש פון סאטמאר און ווערן א צווייטער חסיד, אבער אין קרית יואל, ספעציעל נאך דעם וואס דער ברך משה האט געמאכט זיין זיהן רבי אהרן רב אין שטאט, האט מען נישט געקענט גיין ערגץ אנדערש, די צענטראלע קהילת אין קרית יואל האט נישט געלאזט עפענען קיין בתי מדרשים, און נישט קיין תלמידי תורות, און נישט קיין ישיבות, יעדער איינוואונער פון קרית יואל האט געמזוט דאווענען אין א בית המדרדש וואס איז אונטער דאס חסידות פונעם ברך משה, ער האט געמוזט שיקן זיינע קינדער אין די צענטראלע תלמוד תורה וואו דער ברך משה מיט זיין זיין זיהן רבי אהרן זענען געווען פולשטענדיגע בעלי בתים, און מען האט דארט געלערנט אז דער ברך משה און זיין זיהן זענען די ריכטיגע פארטרעטערס פון רבי יואל טייטלבוים, אט דאס האבן אסאך איינוואונערס נישט געוואלט אננעמען, זיי האבן געוואלט דאווענען און שיקן די קינדער אין א פלאץ וואו נישט רבי אהרן טייֿטלבוים איז דער ווארט זאגער פאר די חינוך פון זייערע קינדער.

פון די אנדערע זייט טענה'ן די חסידים פון ברך משה אז למעשה איז די סאטמארער שטעטל געגרינדעט געווארן על דעת זה אז עס זאל געפירט ווערן פון איין קהלה און איין רב, און אלע איינוואוינער זאל זיין סרים למשמעותו, וואס דאס פונקטליך איז דאך געווען די ציל פונעם אלטן סאטמארער רבי, וואס ער איז פאקטיש געוועזן דער ערשטער מרא דאתרא, זיין ציל איז געווען זיך צו אוועק ציען פון א גרויסע שטאט וואו ס'איז דא א געמישעכטס פון כלערעליי קהלות שונות ומשונות, און איש כל הישר בעניו יעשה, נאר ענדערש האבן אן אייגן קאנטראלירטע שטעטל, אזא גאטונג ווי אלע ערליכע שטעטליך אונדערהיים אין אייראפע, ווי איין רב איז געווען דער מרא דאתרא פון די גאנצע שטאט, און אויך ווי מען זעהט די געציילטע חסידישע שטעטליך אין ניו יארק און קאנאדא, ווי למשל סקווירא, טאהש, קאשוי, וכדומה, איז דארט קיינעם בייגאפאלן צו טענה'ן הלמאי איך קען נישט עפענען א שפלינטער קהלה און טאהש, וכדומה, ווייל עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז ווי נאר עס עפענט זיך א שפלינטער קהלה אין די שטעטל, איז דער גאנצער רעיון פון א שטעטל וואס דער אלטער רבי האט געשטרעבט איז אינגענצליך בטול, ווייל עס איז ווייטער איש כל הישר בענין יעשה, ומה הועילו חכמים בתקנתם. דעריבער האט די קהלה פירער פון קרית יואל געהאלטן אז די מרידה פון בני יואל איז געווען א בחינה פון הגם לכבוש את המלכה עמי בבית, און א דירעקטע הירוס קעגן איינע פון די וויכטיקסטע אויפטוען פון דער אלטער רבי וואס ער האט געגרינדעט דאס שטעטל בשארית כוחותיו.

די בני יואל זאגן אז עס איז נישט ריכטיג, נאר די שיטה פון סאטמאר איז אייביג געווען אויב ביסטו אפגעהיטן פון ציונות און גייסט אין גאנג פון וואס סאטמאר האט געלערנט און מברר געווען לויט די הלכה [כשרות, צניעות, מנהגים], דאן מעג יא זיין כלערעליי קהילות שונות ומשונות, א ראי' דערצו איז די שטאט סאטמאר אין אייראפע, ווי רבינו יואל איז זיכער געווען דער פולטשענדיגער בעל הבית, דאך איז דארט געווען בתי מדרשים פון אלע ערליי חסידים ווי ווישניץ, קיוויאשד, ר' חיים'על בן ר' שלום אליעזר און נאך. אזוי איז געווען אלע עהרליכע שטעטעליך אינדערהיים אין אייראפא ווי עס האט עקסזיסטירט אלע ערליי בתי מדרשים, אין די גרויסע שטעט, איז געווען אסאך ישיבות, יעדער תלמיד חכם און ראש ישיבה האט געקענט זיך אויפמאכן א ישיבה און תלמיד תורה, ווי עס ווערט אזוי גע'פסק'נט אין שולחן ערוך הל' תלמוד תורה (יור"ד סי' רמ"ה). דערמיט וואס עס איז דא נאך א תלמוד תורה און נאך א ישיבה אין קרית יואל ווערט דערמיט נאך נישט בטל דער גאנצער רעיון פון רבינ'ס שטעטל. און דעריבער האט טאקע נישט בני יואל געמאכט קיין "שפלינטער קהלה" אין דער שטעטעל, נאך געמאכט בתי מדרשים און ישיבות, ביז מען האט זיי צוגענומען זייערע חזקות אין די אלטע קהילה, און זיי גע'אסר'ט דריסות הרגל האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה און זיך געמוזט מאכן א אייגענע קהילה.

דער חילוק צווישן קרית יואל אין סקווירא-טאהש-קאשוי, און אזוי אנדערע שטעטליך, איז ווייל אין קרית יואל קויפט יעדער אפ זיין שטיקל ערד און זיין הויז, עס געהער אויסדריקליך פארן קויפער, ליגאל און תורה'דיג איז עס זיינס, דעריבער האט ער רעכטן לויטן שולחן ערוך און לויט די דינא דמלכותא פון די לאקאלע גאווערמענט, בשעת ער קויפט אפ זיין הויז איז ער זיך גארנישט מחייב פאר די קהילה, קיינער פארלאנגט נישט ער זאל ווערן א חסיד פון ר' אהרן צו פון ר' זלמן לייב, וועגן דעם אויך דער דינא דמלכותא און דער דין אין שו"ע זאגט אז ער מעג אויפמאכן א ישיבה, מעג ער דערנאך מאכן א ישיבה, ווייל ער איז זיך מחייב נאר פארן שולחן ערוך, אנדערש ווי אין די אנדערע פלעצער בשעת מען קויפט א הויז, איז מען זיך מחייב פאר די קהילה זאכן וואס די קהילה פארלאנגט.

די חסידים פון ר' אהרן טענה'ען אז עס לגמרי נישט דומה לנידן דידן, איינס, ווייל דער שטאט סאטמאר אין אייראפע איז געווען אינגאנצן א אנדערער מציאות ווי דער שטעטל קרית יואל. סאטמאר איז פון אסאך יארן בעפאר געווען א אלטע היסטארישע גרויסער אידישער שטאט, מיט כל מיני סארט אידן, דער רבי איז נישט געווען דער מייסד פון די שטאט, עס האט קיינעם עולה על הדעת געווען אז דער רבי גייט דא ארויפצווינגען זיינע מנהגים ומסורות אויף אזא געמישטע שטאט, אפי' דער רבי זעלבסט האט געהאט א אייגן חסידיש ביהמ"ד בנוסף צו די מער אשכנזישע שטאטישע שול, דער מרא דאתרא פאזיציע איז געווען אזא סארט ווי למשל דער אנטווערפענער שטאטס רב אדער לאנדענער שטאטס רב. ווידער קרית יואל האט דאך דער רבי זעלבסט מייסד געווען די שטעטל בארץ לא זרועה ער האט אנגעהויבן א נייע אידישער ישוב ווי עס איז געווען גארנישט, על דעת דעם אז ער מיט זיין קהלה זאל ע"פ תורה זיין דער פולקאמער און אויסשליסליכער בעה"ב, ממילא איז קרית יואל מער דומה צו די קלענערע שטעטליך אינדערהיים ווי עס איז בלויז געווען איין קהלה איין רב איין דיין איין שוחט איין ת"ת, אזא גאטונג ווי ארשעווע אדער קראלי. צווייטענס, אפי' אין סאטמאר זענען די אנדערע קהלות נישט געווען קיין אפענע אפאזיציע פון דעם מרא דאתרא, זיי האבן זיך פארט משכנע געווען צים מרא דאתרא, זיי האבן נאר געוואלט האבן א בית המדרש צו ישיבה לויט זייער מסורה אין געשמאק, אזא גאטונג ווי ס'דא פארשידענע קהלות אין לאנדאן אדער אנטווערפן, משא"כ בני יואל איז נוסד על דעת זה זיך צו פורק עול זיין און שרייען איני מכיר אויף אזא מין רעיון ווי א מרא דאתרא אין קרית יואל, כדי נישט צו האבן קיין שום שעובד צום די קהלה און דער רב, ווי זיי האלטן עס אין איין זאגן, ממילא בכגון דא, איז דאך זיכער אז דאס איז בניגוד וואס דער מייסד דער רבי'ס מטרה איז געווען, ווייל אויב ס'הותרה הרצועה קען מען דאך שוין צוריקגיין קיין ברוקלין.

דעקעגן ענטפערן די חברי בני יואל אז די אלע זאכן זענען נישט ריכטיג ווייל אויב מען קוקט אריין אין די בריוו און די טענות וואס די חברי בני יואל האבן געשרבין בשעתו בשעת זיין האבן זיך געגרינדט, זיי האבן געשריבן בראשורן, בריוו צו די דיינים [ר' ישראל חיים מנשה, ר' געציל, און ר' משה מנחם טירנויער און נאך] וועסטו זעהן. לגבי דעם וואס מען טענה'ט אז עס איז קיינעם עולה געווען על הדעת אז דער רבי גייט זיין דער אוסשליסליכער בעה"ב אין סאטמאר איז נישט ריכטיג, ווייל דער רבי איז טאקע יא געווען דער אויסשליסליכער בית הבית אין שטאט סאטאמר, נאר עס האט איהם נישט געבאדערט אז עס עסקזיסטירט נאך א אנדערע קהילה אין סאטמאר. און דערפאר טאקע האט ער געהאט א אייגן חסידיש ביהמ"ד וואס איז געווען אנדערש ווי די גאנצע שטאט. דעס איז נישט קיין טענה אז, "קרית יואל מער דומה צו די קלענערע שטעטליך אינדערהיים ווי עס איז בלויז געווען איין קהלה איין רב איין דיין איין שוחט, אזא גאטונג ווי ארשעווע אדער קראלי" דאס איז נישט ריכטיג דאס קען מען טועהן אין א קהילה וואו עס איז דא פופציג הונדערט, צוויי אדער דריי הונדערט משפחות, אבער נישט קרית יואל ווי עס איז דא דריי אבער פיהר "טויזענט" משפחות, די קענסט נישט צווינגען טויזענטער משפחות זאלן זיין "חסידים" פון א רבי, נאר אויב זיין ""ווילן", דעריבער איז קרית יואל יא דומה צו סאטמאר, פעסט, מונקאטס, ווארשא, און נאך גרויסע שטעט אין דער אלטע היים, אויף די טענה אז בני יואל איז נוסד על דעת זה זיך צו פורק עול זיין פון די מרא דאתרא, נישט צו האבן קיין שום שעובד צו איהם, ווי זיי האלטן עס אין איין זאגן" זאגן די בני יואל אז עס איז נישט אמת, ווייל בני יואל האט געהאט ביים אנפאנג בלויז צוויי צילן": 1) נישט צו דאווענען אין דער גרויסער שול, וואו רבי אהרן איז רב [אזוי ווי אין אסאך אידישע קהילות איז דא עטליכע בתי מדרשים נישט נאר "איין גרויסע" שוהל וואו אלץ ווערט קאנטראלירט], 2) נישט שיקן זייערע קינדער אונטער די ת"ת פון רבי אהרן [נישט ווייל מען האט געוואלט זיין מחוצפים צו ר' אהרן, נאר ווייל מען האט נישט געוואלט אז ר' אהרן מיט זיינע חסידים זאלן מאכן פון זייער קינדער "סאטמארער חסידים פונעם ברך משה" זיי ווילן נישט זיין קיין חסידים פונעם ברך משה און פון ר' אהרן], נישט מער.

זייער כוונה איז נישט געווען צו זיין קיין מחוצפים און פורק עול זיין פונעם מרא דאתרא, פארקערט גאר זיי זענען גרייט געווען אלעס צו פאלגן, נאר מען זאל זיין לאזן דאווענען ווי זיי ווילן, און מען זאל זיי לאזן שיקרן די קינדער אין זייער חדר, זיין האבן געשריבן קלאהרע בריוו פאר יעדן, מיט וועלן פאלגן אלעס, נאר מיר ווילן נישט זיין קיין "חסידים" פון ר' אהרן ט"ב, וואס דאס איז מותר עפ"י תורה און עס איז א נארמאלע זאך אז אז מענטש איז זיך נישט מחויב צו לאזן צווינגען א חסיד זיין פון א רבי וואס ער גלייכט נישט, אבער וויבאלד דער ברך משה און זיין קינד האבן נישט מסכים געווען נאר געפייניגט די חברי בני יואל, איז ארויס געקומען א די גאנצע שטעטעל האט זיך צוטיילט אויף צוויי אדער אויף דריי.

אייגענע מוסדות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

למעשה אום ט"ו בשבט ה'תשמ"ט האבן זיי געעפנט אייגענע מוסדות אין קרית יואל מיטן נאמען "בני יואל" וואס האט ארויסגרופן א גרויס שטורעם אין דער סאטמארער וועלט, און א קייט פון נאכאנאנדיגע שלעגערייען און דראמאטישע קאנפליקטן, וואס איז באריכטעט געווארן איבער דער סאטמארער וועלט, און אין די לאקאלע פרעסע נאכאנאנד איבער די געשלעגן וואס זענען געווען אין געריכטס און אויף נאציאנאלער טעלעוויזיע.[פֿעלט אַ מקור]

תלמוד תורה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

"בני יואל" האט זיך אויפגעמאכט מיט א חדר פון זעקס קינדער, פילע האבן שפעקולירט אז דאס גייט נישט האבן קיין קיום און עס וועט זיך שפארן, ווארשיינליך צוליב די שטארק געוואגטע אימביציע זיך צו ארויסשטעלן קעגן די גאנצע מאשין פון די עטעבילירטע סאטמארער קהילה, אבער למעשה איז דאך נישט יד ישראל תקופה, און די פירער האט מיט עקשנות, און לעגאלע מאנעווערס דורכגעשוויצט אלע שטרויכלונגען מצד די צענטראלע קהלה, און די מוסדות בני יואל האט היינט איבער דרייצען הונדערט קינדער, א שטאב פון 150 איינגעשטעלטע מחנכים און מחכנות.

אלס א רעזולטאט, געפינען זיך היינט צו טאג בתי מדרשים אין קרית יואל וואס טוען נישט אנערקענען אין דער הנהגה פון דער צענטראלער קהילה און איר שטאטס רב. א גרויסער טייל פון די בתי מדרשים, זענען בעצם אלע בני יואל שולן ווייל היות בני יואל האט נישט קיין אייגענע בתי מדרשים מיטן נאמען "בית המדרש קהל בני יואל", האבן זיי ענדערש קליינע בתי מדרשים ציזייט אין קרית יואל אונטער פארשידענע נעמען, צום ביישפיל, בית אלטא פייגא, חרדים, בית קויפמאן, שארמאש, טשאטה, באדאישל, דאס זענען אלע סיי די מתפללים און סיי די רבנים מיטגלידער און מנהיגים פון בני יואל. ‏[1]

אין די צייטונגען וואס געהערן פאר רבי אהרן ווי "דער בלאט", "דער בולעטין" און "דער זשורנאל", ווערט נישט דערמאנט קיין איינע פון די אויבענדערמאנטע קהילות, און אויך נישט די נייעס וואס דארט קומט פאר, עס קען זיך דוכטן אז עס עקזיסטירט נישט אין קרית יואל נאר די פארטיי פון רבי אהרן, ווען אין אמת'ן איז דארט דא נאך צוויי טויזנט משפחות, ביי די וואלן וואס עס קומט פאר אין קרית יואל זענען די שטימל צוטיילט אויף צוויי. העלפט וויילט פאר ר' אהרן און זיין פארטיי, די צווייטע העלפן פאר דעם צד שכנגד.

די קהילה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די חברה בני יואל האבן היינט צו טאג אין קרית יואל א פולשטענדיגע קהילה וואס עקזיסטירט אויסער די ראמען פון ר' אהרן'ס קהילה, דאס הייסט זיי האבן אלע סארט צוגעהערן וואס א קהילה דארף האבן. זיי האבן א בית החיים, בתי מדרשים אין אלע ווינקלעך פון שטאט, א יאטקע, א מצה בעקעריי, א יינגל חדר, א מיידעל שולע, א ישיבה קטנה, א ישיבה גדולה, א מקוה טהרה, התאחדות אברכים. זיי האבן רבנים און דיינים, מו"צ וואס פסק'ענען שאלות פאר זיי, און זאַלן פאר שמחות.

ווי אויך פארמאגן זיי א פארכטפולער נייער חתונה זאל, וואס מיט דעם איז שוין די קהלה יעצט גענצליך אומאפהענגיג פון סיי וועמען, און זיי האבן שוין פון געבוירן ביזן שטארבן אלעס אליינס, אזוי אז די קהלה האט זיך אנגעהויבן אויך אויסצושפרייטן אין אנדערע אידישע געגנטער, צ.ב.ש. אין וויליאמבורג האט זיך געפענט א כולל בוקר פאר איגעלייט וואס זענען תלמידים פון די מוסדות וואס זייער גורל איז אויסגעפאלן צו וואוינען אין וויליאמסבורג.

אזוי אויך אין זייערע פוסטריט עפענען די קאנטער קהל ייטב לב, וואס האבן זיך ביז היינט גערופן קהל ויואל משה, אויך אויף א חתונה זאל און זייער תלמוד תורה בנין וואס געפונט זיך אויף לארקין דר. נאנט צו קרית יואל.

די מיטגלידער פון דער קהילה ציילן זיך צו פינף הונדערט ראשי משפחות.

עס פלעגט צו זיין אין מאנרא אז געוויסע רביס און גוטע אידן וואס האבן געוואלט פראווען זעלבסטשטענדיגע שבתים אין קרית יואל, האבן זיך צוריקגעהאלטן פון אינגאנצן קומען, ווייל זיי האבן נישט געוואלט זיך איינרייסן מיט דער שטאטישער קהילה, אבער זייט די בני יואל עקזיסטירט, קומען אסאך רביים און גוטע אידן קיין קרית יואל, און מען קען זיך וועלן וואו צו גיין.


חתונה זאל[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אזוי ווי די בני יואל אידן האבן קיינמאל נישט געהאט קיין זאל אין קרית יואל וואו צו מאכן חתונה אן צו מוזן נעמען רבי אהרן טייטלבוים פאר מסדר קידושין, האבן זיי זיך געבויעט א אייגן חתונה זאל, הארט אינדרויסן פון די שטעטל. דאס האט ארויסגעברענגט א גרויסע מהומה אין קרית יואל, ווייל די צענטראלע קהילה האט געהאלטן אז דאס איז קעגן די אנגענומענע אלטע תקנה אז א פרעמדע רב טאר נישט מסדר קידושין אין א פרעמדער שטאט אן רשות פונעם מרא דאתרא. נאטורליך האבן כמעט אלע רבנים וואס געהערן צו רבי אהרן'ס קאנקורענץ - רבי זלמן לייב - מתיר געווען חתונה מאכן דארט, ווי למשל רבי אברהם לייטנער, פון די ערשטע אפענע שטיצער פון בני יואל, און רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן דער ראב"ד פון סאטמאר מהרז"ל - וויליאמסבורג, און דער גאנצער וויליאמסבורג־סאטמארער מהרז"ל בית דין רבי שלמה לייב וויינבערגער פאיע'ער רב, רבי זלמן לייב פילאפ. ווי אויך די אויסגעשפראכענע בני יואל רבנים, רבי יואל מארגענשטערן שארמאשער רב, רבי מאיר יהודא טענענבוים טשאטעהר רב, רבי מנשה פילאפ חבר בית הוראה פון וויליאמסבורג.

אויך האבן שוין דארט מסדר קידושין געווען פילע רבנים וואס זענען היסטאריש סימפאטיק פאר בני יואל, ווי למשל, דער קאשויער רב, רבי אליעזר חיים בלום און זיין ברודער רבי שמחה ישראל בלום, שאפראנער רב, און הרב משה דוב קויפמאן, ראה"כ פון דרך החיים.

פון רבי אהרן'ס רבנים האט קיינער זיך געקימערט צו עמטליך נעמען א שטעלונג נאר איבערגעלאזט אלץ פארן ארגינעלן קרית יואל'ן דיין רבי געציל בערקאוויטש, וואס שטעלט זיך שטענדיג צו צו רבי אהרן'ס קהילה, ער האט ברבים און בכתב גע'אסר'ט דאס סידור קידושין.

פאר א שיינע שטיק צייט פלעגן די בני יואל יודן דארטן חתונה מאכן , היינט צוטאגס, מאכן שוין די בני יואל אידן און זייערע סימפאטיקער דארט פיל ווייניגער חתונות, וואס די אלגעמיינע מסדרי קידושין זענען שארמאשער רב, טשאטה'ער רב, און רבי זלמן לייב טייטלבוים, סאטמארער רבי, און געוויסע פעלער האבן מסדר קידושין געווען מעסיגע רבנים נאכן אפנעמען רשות פון רבי אהרן.

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

הערות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. עס זענען אבער דא אויך בתי מדרשים וואס האבן נישט דוקא א שייכות מיט בני יואל צום ביישפיל ספינקא, טאהש, תולדות אהרן, ברסלב, בית המדרש גבעת שאול, בית המדרש בית פריינד, בית המדרש ישרש יעקב - נעבעליץ, ביהמ"ד מנחת אהרן דיפו, נועם אלימלך ליזענסק, עטרת יהושע דנאסויד, ביהמ"ד קומץ המנחה, ביהמ"ד שארית ליהודה, ביהמ"ד שערי תפלה, ביהמ"ד שלום על ישראל, תפארת יחזקאל מערץ, תפארת עוזיאל ריטשוואל, און נאך אסאך, אבער דער צד השוה פון זיי אלע איז אז זיי אנערקענען נישט אין דער הנהגה פון ר' אהרן, אנדערש ווי און אנדערע אידישע שטעט, וואס עס קענען זיין קהלות שונות וואס האבן קיין שום פורצוג אין פרעמדע פאליטיק, איז אבער אין קרית יואל "הלנו אתה עם לצרינו" איינער וואס געהערט צו א פרעמדע קהלה, האט נישט קיין שום בענעפיט, און טאר נישט הנאה האבן פון די צענטראלע קהילה, אויסער דעם וואס די ר' אהרן'ס קהלה גייען לשיטתם אז די אלע קהלות זענען נגד הלכה, האבן די אלע מיטגלידער פון די אנדערע קהלות דייקא א נעגאטיווער מיינונג לגבי ר' אהרן.