יידיש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
דער ערשטער יידישער אידיאם
יידיש

יידיש אדער אידיש (Yiddish) גערופֿן ביי אידן אלס מאַמע לשון, איז אַ שפּראַך װאָס װערט הײַנט גערעדט פֿון 1.5 מיליאָן יידן[1] און באַקאַנט ביי 3,142,560 מיליאָן [2] מענטשן איבער דער װעלט, בעיקר פֿונעם אַשכנזישן אָפּשטאַם.

במשך פון מער ווי 800 יאר איז יידיש געווען דער מאמע לשון פון א היפשער טייל יידן אין אייראפע, בעיקר אין דעם 19טן און 20סטן י"ה וואס דאן איז יידיש געווען דער מאמע לשון פאר רוב יידן אין אייראפע און ביי די יידישע אימעגראנטן פון אייראפע אין אנדערע לענדער. אין יענע תקופה האט יידיש באנוצט געווארן אויף וואס א שפראך ווערט באנוצט, לשון קודש איז באנוצט געווארן נאר צו דאוונען און שרייבן תורה רייד , אבער אנהייב דעם 20סטן י"ה האט אליעזר בן יהודה מאדערנעזירט דעם לשון קודש און איהר אהערגעשטעלט ווי א גערעדטע שפראך פאר יידן, און עס גערופן העברעאיִש. דאן האט העברעאיש אנגעהייבן דינען ווי א גערעדטע שפראך ביי גרויסע טיילן פון יידישן פאלק וואס וואוינען אין ארץ ישראל און בעיקר האט זי איבערגענומען די יידישע שפראך נאך די צווייטע וועלט קריג.

בעת די השכלה באוועגונג, אין סוף דעם 18טן י"ה, האבן יידן פארדייטשט זייער יידיש אין די לענדער וועלכע מען האט גערעדט דייטש , אבער אין מזרח אייראפע האבן יידן פארגעזעצט זיך צוצוהאלטן צו דער יידישער שפראך.

פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה האָבן אַרום 11 מיליאָן יידן גערעדט יידיש אלס זייער מאַמע-לשון. הײַנט צו טאָג רעדן יידיש אַרום 3 מיליאָן מענטשן, בעיקר אין ארץ ישׂראל און אין אַמעריקע - ווען פֿאַר א העלפֿט פֿון זיי איז יידיש די ערשטע שפּראַך. צווישן 60 און 75 פראצענט פון די יידיש-רעדער זיינען פרומע רעליגיעזע יידן[פֿעלט אַ מקור].

די יידישע שפּראַך שטאַמט איבערהויפּט פֿון מיטל הויכדייטש װאָס מען האָט אַמאָל גערעדט אין אייראָפּע (וואָס איז דאן געווען באַקאַנט אַלס אַשכנז), פֿון דער שפּראַך האָט זיך אויך געמאַכט די דייטשע שפראַך אָדער אויך באַקאַנט אַלס ניי הויכדויטש. (נישט אַזוי ווי טייל מענטשן מיינען אַז יידיש קומט פֿון דייטש). א גרויסער טייל פֿון ווערטער אין יידיש קומט פֿון דייטשער אָפֿשטאַמונג, בערך 10% לשון הקודש, און אויך סלאווישע שפראכן.

במשך פון די דורות האט זיך יידיש געטוישט, דאס הייסט די יידן פון איין עק וועלט ווי דייטש האבן נישט גערעדט די זעלבע יידיש ווי ליטע, הײַנט איז דאָס אויסגעמישט פֿון העברעאיש, ענגליש, רוסיש, פּויליש און אַזוי ווייטער.

דער ערשטער אידיאם אויף יידיש באַטרעפֿט אין "מחזור וורמס" ה'ל"ב: גוּט טַק אִים בְּטַגְא שְ וֵיר דִיש מחזור אין בית הכנסת טְרַגְא


אינהאַלט

[באַאַרבעטן] תקופות פון דער שפראך

די יידישע שפראך באשטייט פון 3 גרונד-תקופות:

  1. אלט יידיש - פון 1000 ביז 1400 יארהונדערט.
  2. מיטל יידיש - פון 1400 ביז 1800 יארהונדערט.
  3. מאדערנע יידיש - זינט 1800 יארהונדערט.

[באַאַרבעטן] היינט צוטאג

היינט צוטאגס רעדן מערערע מענטשן יידיש אין אמעריקע, אין ארץ ישראל, ענגלאנד, קאנאדע, אבער אלס אַ מאמע שפראך, איז עס אנגענומען בעיקר ביי די פרומע חסידישע קרייזן.[3] און אויך ביי די ירושולים'ער פרושים קרייזן וואס ביי זיי ווערט באטראכט אידיש אלס א מיטל זיך אפטיילן פון די גויאישע און פרייע גאס.

אין דער פארגאנגנהייט איז יידיש געווען זייער א רייכע טאָג טעגלעכע שפראך און פעסטגעשטעלט מיט מאדערנע קולטור (ליטעראטור, פארשטעלונגען, דיכטונגען, טעאטער און נאך).

[באַאַרבעטן] צאל יידיש רעדערס

פאלגנד זענען די צאל יידיש־רעדערס אין דער וועלט וואס האבן יידיש פאר זייער מוטערשפראך און זייער אומגאנגשפראך.‏[4]

לאנד מוטערשפראך אומגאנגשפראך
פאראייניגטטע שטאטן 350,000 60,000
ישראל 250,000 130,000
אנדערע לענדער 50,000 10,000
סך הכל 650,000 200,000

[באַאַרבעטן] יידיש אין ארץ ישראל

יידש ווערט באניצט ביי חסידישע קהילות אין בני ברק און ירושלים, און אויך צווישן די פרושים אין ירושלים. די צייטונג "לעצטע נייעס" איז געווען וויכטיג פאר די יידן וואס זענען געקומען פון אייראפע.

לױטן געזעץ אין ישראל איז לאנגע יארן געווען פֿאַרבאָטן צו שפּילן אין טעאַטער אױף יידיש.[5] אבער זייט די 1960ער יארן, די ישראלדיקע געזעלשאפט האט געענדערט. "דזשיגאן און שומאכער" זענען געווען א פאר וואס האבן געשפילט קאמעדיעס, און אויך "די צווי שמואל'ן": שמוליק סעגאל און שמואל רודענסקי. זייט 1987, ס'איז דא אין ישראל א טעאטער וואס הייסט "יידישפיל" וואס גיבט אויס טעאטערשפילן אויף יידיש. אויפ'ן ישראלדיקן ראדיא ס'איז דא א פראגראם אויף יידיש, אין "קול ישראל" נעץ א'.

[באַאַרבעטן] דיאלעקטן

יידיש האט דריי הויפט דיאלעקטן: ליטווישע יידיש, פוילישע יידיש און אסט-גאליציאנער יידיש. היינטיגע כלל יידיש איז געשטעלט בעיקר אויף די ליטווישע יידיש, מיט א געענדערטער אויסשפראך און מיטן גראמאטיק פון פוילישער יידיש.

[באַאַרבעטן] שרייבן יידיש

יידיש איז בעיקר געשריבן געווארן מיט לשון־קודש'דיקע אותיות (א"ב), אזוי ווי לאדינא און אנדערע שפראכן פון יידן, ווייל דאס איז געווען די שריפט וואס יידן האבן געקענט. לעצטנס האבן אנגעהויבן צו לערנען יידיש פארשוינען וואס קענען נישט קיין יידישע בוכשטאבן[פֿעלט אַ מקור]. האט ייוו"א ערפינדן א סיסטעם פון ראמאניזאציע, ד.ה. אויסלייגן יידיש אויף א לאטיינישע שריפט אבער זי איז כמעט נישט באנוצט.

א סך יידיש רעדערס אין די היינטיקע טעג זענען פרומע יידן וואס זענען נישט באקאנט מיט ייווא אויסלייג און שרייבן און לייענען א יידיש געמישט מיט ענגלישע אדער העברעישע ווערטער (קוקט ווייטער) מיט יידישע בוכשטאבן.

די כללים פון שרייבן יידיש זענען:

  1. קמץ - א למשל דאס
  2. פתח - א למשל גאס
  3. צירי - יי למשל גיין
  4. חולם - וי למשל אזוי
  5. סגול- ע למשל ווען
  6. מען נוצט ב פאר ענגליש b און נאר וו פאר v, למשל ווירוס נישט בירוס
  7. נישט קיין תיו נאר א טית


אויך זענען דא ענגליש רעדערס וואס מישן אריין ווערטער פון יידיש אין זייער שפראך; דאס איז באקאנט ווי יינגליש

[באַאַרבעטן] חסידישע יידיש

ביי חסידישע יידן האט שטארק מקפיד געווען צו רעדן נאר יידיש אזוי ווייט אז אין געוואוסע געגענטן אזוי ווי וויליאמסבורג וועט איהר טרעפן אסאך יידן וואס קענען נישט קיין איין שפראך אויסער יידיש , אבער מען האט נישט מקפיד געווען אז מען זאל נישט אריינמישן ענגלישע ווערטער ווייל דער עיקר ביי זיי איז געווען אז מען זאל האבן א באזונדערע שפראך אפצוטיילן זיך פון די גוים , אין די לעצטע יארן האט חסידישע יידיש שטארק אנטוויקלט און היינט צו טאג איז פאראן זייער א סאך רייכע ליטארעטור אין יידיש און אויך אסאך ספרים ווערן איבערעגזעצט פון לשון הקודש אויף יידיש. אבער אין ניו יארק אסאך וואס מיינען אז זיי רעדן יידיש רעדן אין אמת'ן כמעט ענגליש.

באנקנאט

[באַאַרבעטן] צייטונגען און זשורנאלן

[באַאַרבעטן] זעט אויך

[באַאַרבעטן] רעפערענצן

  1. פּארווערטס
  2. Yiddish, Eastern
  3. "סטאנדארט יידיש", לייזער בורקא, יוני 8 2007.
  4. שיקל פישמאן, פארווערטס, סטאטיסטיק וועגן יידיש (2010)
  5. מיין פאטערס הויז, מיין מאמעס לשון/ שרה רחל שעכטער אין ענגלישן פארווערטס 17טן אפריל

[באַאַרבעטן] וועבלינקען

פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן