אלול

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

<< >> אלול תשע"ה

 א   ב   ג   ד   ה   ו   ש 
א ב ג ד ה ו ז
ח ט י יא יב יג יד
טו טז יז יח יט כ כא
כב כג כד כה כו כז כח
כט

יידישער לוח תשע"ה

מען בלאזט שופר יעדן אינדערפרי פון ראש חודש אלול ביז ראש השנה אחוץ שבת.

אלול איז דער זעקסטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן,[1] (און דער צוועלפטער חודש צו דער ציילונג פון יארן, וועלכע ווערט געציילט פון תשרי[2]).

קביעות - קאלענדאר[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

פון ווען ס'איז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר (קביעות החדשים), איז אלול שטענדיג א פארקערצטער חודש (חסר): א חודש פון ניין און צוואנציג טעג.[3]

ראש חודש אלול איז שטענדיג צוויי טעג: דער דרייסיגסטער טאג פון אב, און צומארגענס, דער ערשטער טאג פון אלול, וויבאלד אב איז שטענדיג א פולער חודש (מלא): ער האט שטענדיג דרייסיג טעג.

דער ערשטער טאג פון חודש אלול קען נאר אויספאלן פיר טעג פון דער וואך: (א ב ד ו) זונטיק, מאנטיק, מיטוואך, פרייטיק.[4]

אין די צייטן ווען בית דין האט מקדש געווען דעם חודש האבן זיי געקענט - אויב בית דין האט עס געפינען נויטיג - אויסברייטערן דעם חודש (מעובר) אויף דרייסיג טעג, דאך דערצייילט אונז די חז"ל אז פון די צייטן פון עזרא האט קיינמאל פאסירט, אלול זאל זיין אויסגעברייט.[5]

אין דער משנה לערנט מען[6] אז אלול איז איינער פון די זעקס חדשים וואס בית דין האט געשיקט שלוחים צו די ווייטע ערטער פון ירושלים, באקאנט מאכן וועלכן טאג זיי האבן מקדש געווען ראש חודש אלול, וועגן דעם קומענדיגן ראש השנה. (רש"י און תוספות קריגן זיך אין דער ערקלערונג וואספאר א אנבאלאנג האט ראש חודש אלול צו ראש השנה, אייגענטלעך ווענדט זיך ראש השנה ווען בית דין וועט מקדש זיין תשרי).

דער אינהאלט פון חודש[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער צירוף פון חודש אלול גייט ארויס פון דער ענדע פון די ווערטער וצדקה תהיה לנו כי[7] (דברים ו. כה.).

דער מזל פון אלול ווערט אנגערופן בתולה.[8] דער בני יששכר[9] ברענגט א טייטש וואס ער האט געהערט פון זיי שוועסטער-קינד רבי אלעזר פון ליזשענסק, אז תשמח בתולה במחול (ירמיה לא. יב.) חודש אלול וואס זיין מזל איז בתולה וועט זיך פרייען, במחול ווען דער אייבערשטער וועט פארגעבן (מוחל) די זינד פון די יידישע קינדער.

אלול איז א חודש פון תשובה און נאכקלערען, זיי זענען טעג וואס ווערען אנגעריפן ימי רצון, ימי הרחמים והסליחות, וויבאלד אין אלול האט זיך אנגעהויבן די פערציג טעג וואס דער אייבערשטער האט זיך געלאזט איבערבעטן צו משה רבינו,[10] און ס'איז געזאגט געווארן אויף דעם דער רמז אני לדודי ודודי לי (שיר השירים ו ג), ראשי תיבות אלול.[11]

ספעציעלע טעג פון חודש[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דריי טעג פון חודש אלול האבן די חז"ל אויסגעריפן אלס יו"ט און פארבאטן צו פאסטן אין די טעג, ז, יז, כב, ווי ס'ווערט געשריבן אין מגילת תענית. די הלכה איז "בטלה מגילת תענית",[12] און די ימים טובים גייען היינט נישט מער אָן.


כ"ה אלול האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט, און דער טאג איז דער פונדאמענט אויף אויסצורעכענען די מולדות און תקופות.

הלכות און מנהגים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

א גוט יאר[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

פון ראש חודש אלול, ווען איינער שרייבט א בריעף צום צווייטן דארף ער אים וואונטשען פון אנפאנג א כתיבה וחתימה טובה.[13]

בלאזן שופר[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – שופר

מען פירט זיך צו בלאזן שופר א גאנץ חודש אלול חוץ פון ערב ראש השנה, עס זענען דא עטליכע טעמים.

  • די חז"ל האבן מתקן געווען צו בלאזן שופר ראש חודש אלול, ווייל, ראש חודש אלול ווען דער אייבערשטער האט געהייסן משה רבינו ארויפגיין אויפן בארג, האט מען אויסגעריפן מיט א שופר אז יעדער זאל וויסן אז משה רבינו איז ארויף אויפן בארג, מען זאל חלילה נישט נאכאמאל זיך פארנארן (טועה זיין) אין די עבודה זרה, אין דער אייבערשטער איז דערהויבן (נתעלה) געווארן יענעם טאג דורך דעם שופר, ווי ס'שטייט, עלה אלקים בתרועה ד' בקול שופר (תהלים מז. ו.) [14], און מען פירט זיך צו בלאזן שופר דעם גאנצן חודש [15].
  • כדי צו פארמישן דעם שטן,[17] ער זאל נישט וויסן ווען ראש השנה איז און גיין מקטרג זיין אויף די יידישע קינדער [18]. דאס איז אויך איינע פון די טעמים פארוואס ערב ראש השנה בלאזט מען נישט, ער זאל מיינען ראש השנה איז שוין פאראיבער.[19]
  • וויבאלד א שופר מאכט יעדען ציטערן (געבויטע אויפן פסוק: היתקע שופר בעיר והעם לא יחרדו) [20], און חודש אלול איז א חודש ווי מען זוכט תשובה צו טאן פאר ראש השנה און יום כיפור קומען אהן.

לדוד[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

פון ראש חודש אלול ביז שמיני עצרת, פירן זיך רוב אשכנזים צו זאגן יעדן טאג ביי שחרית און מעריב (ס'פארהאן ערטער וואס זאגן ביי מנחה) דעם קאפיטל כ"ו פון תהלים: לדוד ד' אורי וישעי[21] ס'איז אבער דא ערטער וואו מען האט מקפיד געווען נישט צו זאגן.

פאסטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער רמ"א שרייבט, ס'איז דא וואס פירן זיך צו פאסטן פערציג טעג פון ראש חודש אלול ביז יום כפור,[22] אבער מ'טוט נישט אריינצוהען דעם תענית ביז באנאכט.[23] אבער וויבאלד שבת און יו"ט מעג מען נישט פאסטן, היייבט מען אָן שוין פון פופצן טאג אין אב.[24]

סליחות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – סליחות

מען פירט זיך אויך צו זאגן ספעציעלע פיוטים אין דער חדש וואס מען רופט סליחות.

  • ביי ספרדים איז די מנהג אז מען זאגט דאס א גאנצן חדש, אנגעפאנגן פון צווייטען טאג ראש חדש.
  • ביי אשכנזים זאגט מען סליחות אנגעפאנגען פון א זונטאג פאר ראש השנה (דאס הייסט דער לעצטער זונטאג אין חדש אלול), א חוץ אויב דער ערשטער טאג ראש השנה קומט אויס מאנטאג אדער דינסטאג, דאן פאנגט מען זאגן סליחות א וואך פארדעם (דאס הייסט איינס פאר די לעצטע זונטאג אין חדש אלול). די סבה פארוואס מען זאגט דאן סליחות פון א זונטאג פריער, איז ווייל עס איז דא א מנהג פון פאסטן די טעג פון סליחות. און די מנהג איז דערפאר ווייל מען וויל פאסטן די גאנצע עשרת ימי תשובה, אבער וויבאלד פיר טעג פון עשרת ימי תשובה קען מען נישט פאסטן - 2 טעג ראש השנה, 1 טאג שבת, און 1 טאג ערב יום כיפור - צאלט מען דאס אפ אין סליחות. דערפאר אויב עס איז נישט דא כאטש פיר טעג פון סליחות וועט מען נישט קענען אפצאלן די 10 פאסט טעג אין די טעג פון סליחות, דערפאר לייגט מען צו פון א זונטאג פריער.


די יידישע חדשים

ניסן | אייר | סיון | תמוז | אב | אלול | תשרי | מרחשון | כסלו | טבת | שבט | אדר (אדר א' | אדר ב')


רעפערענצען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. ר"ה ז' ע"א
  2. ר"ה ב' ע"א
  3. רמב"ם קידוש החודש פ"ה ה"ד
  4. או"ח תכ"ח ב'
  5. ביצה ו' ע"א
  6. ר"ה י"ח ע"א
  7. משנת חכמים אלול א א
  8. ספר יצירה פ"ה
  9. חודש אלול מאמר א אות ה
  10. פרקי דרבי אליעזר שם
  11. אבודרהם תפלת ר"ה
  12. ר"ה י"ח ע"ב
  13. מהריל הלכות ימים נוראים
  14. פרקי דרבי אליעזר פרק מו
  15. טור או"ח תקפ"א א'
  16. רוקן סי' רח
  17. טור שם
  18. ב"ח שם
  19. מגן אברהם שם
  20. טור שם
  21. מטה אפרים תקפ"א
  22. או"ח תקס"ח ד'
  23. מג"א תקס"ב ס"ק ו
  24. מג"א תקס"ח ס"ק י"ז