טבת
| א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
| א | ב | |||||
| ג | ד | ה | ו | ז | ח | ט |
| י | יא | יב | יג | יד | טו | טז |
| יז | יח | יט | כ | כא | כב | כג |
| כד | כה | כו | כז | כח | כט | |
|
לוח לשנת ה'תשע"ג |
||||||
טבת איז דער צענטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן[1] (און דער פערטער חודש צו דער ציילונג פון יארן, וועלכע ווערט געציילט פון תשרי[2]). חודש טבת ווערט דערמאנט אין פסוק אלס צענטער חודש, "בחדש העשירי הוא חדש טבת" (אסתר ב. טז.).
אינהאַלט |
קביעות - קאלענדאר [באַאַרבעטן]
פון ווען ס'איז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר (קביעות החדשים), איז טבת שטענדיג א פארקערצטער חודש (חסר): א חודש פון ניין און צוואנציג טעג.[3]
ראש חודש טבת איז אמאל צוויי טעג: דער דרייסיגסטער טאג פון כסלו, און צומארגענס, דער ערשטער טאג פון טבת , און אמאל נאָר איין טאג: דער ערשטער טאג פון טבת . ס'ווענדט זיך וויפיל טעג ס'איז דער פריערדיגער חודש: כסלו.
דער ערשטער טאג פון חודש טבת קען אויספאלן פינף טעג פון דער וואך: (א ב ג ד ו) זונטיק, מאנטיק, דינסטיק, מיטוואך, פרייטיק.[4]
קאלענדאר פאר טבת ווען דער ערשטער טאג געפאלט זונטאג [באַאַרבעטן]
אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט מאנטאג און דאס יאר איז א שנה שלימה (ד"ה אדער בש"ה פשוטה אדער בש"ז מעוברת), ווי אויך אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דינסטאג (ד"ה אדער גכ"ה פשוטה אדער גכ"ז מעוברת), געפאלט דער ערשטער טאג טבת זונטאג.
| א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
| א | ב | ג | ד | ה | ו | ז |
| ח | ט | י | יא | יב | יג | יד |
| טו | טז | יז | יח | יט | כ | כא |
| כב | כג | כד | כה | כו | כז | כח |
| כט | ||||||
|
לוח לשנת ה'תשס"ט |
||||||
קאלענדאר פאר טבת ווען דער ערשטער טאג געפאלט מאנטאג [באַאַרבעטן]
אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטאג און דאס יאר איז א שנה חסירה (ד"ה הח"א מעוברת) געפאלט דער ערשטער טאג טבת דינסטאג.
| א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
| א | ב | ג | ד | ה | ו | |
| ז | ח | ט | י | יא | יב | יג |
| יד | טו | טז | יז | יח | יט | כ |
| כא | כב | כג | כד | כה | כו | כז |
| כח | כט | |||||
|
לוח לשנת ה'תשס"ח |
||||||
קאלענדאר פאר טבת ווען דער ערשטער טאג געפאלט דינסטאג [באַאַרבעטן]
אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטאג און דאס יאר איז א שנה כסידרן (ד"ה הכ"ז פשוטה) געפאלט דער ערשטער טאג טבת דינסטאג.
| א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
| א | ב | ג | ד | ה | ||
| ו | ז | ח | ט | י | יא | יב |
| יג | יד | טו | טז | יז | יח | יט |
| כ | כא | כב | כג | כד | כה | כו |
| כז | כח | כט | ||||
|
לוח לשנת ה'תשע"ב |
||||||
קאלענדאר פאר טבת ווען דער ערשטער טאג געפאלט מיטוואך [באַאַרבעטן]
אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטאג און דאס יאר איז א שנה שלימה (ד"ה אדער הש"א פשוטה אדער הש"ג מעוברת), ווי אויך אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט שבת און דאס יאר איז א שנה חסירה (ד"ה אדער זח"א פשוטה אדער זח"ג מעוברת), געפאלט דער ערשטער טאג טבת מיטוואך.
| א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
| א | ב | ג | ד | |||
| ה | ו | ז | ח | ט | י | יא |
| יב | יג | יד | טו | טז | יז | יח |
| יט | כ | כא | כב | כג | כד | כה |
| כו | כז | כח | כט | |||
|
לוח לשנת ה'תשע"א |
||||||
קאלענדאר פאר טבת ווען דער ערשטער טאג געפאלט פרייטאג [באַאַרבעטן]
אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט מאנטאג און דאס יאר איז א שנה חסירה (ד"ה אדער בח"ג פשוטה אדער בח"ה מעוברת) , ווי אויך אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט שבת און דאס יאר איז א שנה שלימה (ד"ה אדער זש"ג פשוטה אדער זש"ה מעוברת) געפאלט דער ערשטער טאג טבת פרייטאג.
| א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
| א | ב | |||||
| ג | ד | ה | ו | ז | ח | ט |
| י | יא | יב | יג | יד | טו | טז |
| יז | יח | יט | כ | כא | כב | כג |
| כד | כה | כו | כז | כח | כט | |
|
לוח לשנת ה'תש"ע |
||||||
דער אינהאלט פון חודש [באַאַרבעטן]
דער צירוף פון חודש טבת גייט ארויס פון דעם ענדע פון די ווערטער (סופי תיבות) גדלו לה אתי ונרוממה שמו יחדו[5] (תהלים לד. ז.).
דער מזל פון טבת ווערט אנגערופן גדי.[6]
זעט אויך [באַאַרבעטן]
געשעענישן [באַאַרבעטן]
רעפערענצן [באַאַרבעטן]
- ↑ ר"ה ז' ע"א
- ↑ ר"ה ב' ע"א
- ↑ רמב"ם קידוש החודש פ"ח ה"ד ה"ה
- ↑ או"ח תכ"ח ב'
- ↑ משנת חכמים טבת שבט
- ↑ ספר יצירה פ"ה
| די יידישע חדשים |
|
ניסן | אייר | סיון | תמוז | אב | אלול | תשרי | מרחשון | כסלו | טבת | שבט | אדר (אדר א' | אדר ב') |