פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע
United States of America
פאן אמעריקע
סימבאָל אמעריקע
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד: The Star-Spangled Banner
מאָטאָ: In God we trust
אָרט פֿון אמעריקע
קאנטינענט צפון אמעריקע
אפיציעלע שפראך ענגליש
הויפטשטאט וואשינגטאן די. סי.

38°53′N 77°01′W / 38.883, -77.017

רעגירונג דעמאקראטיע - פעדעראלע רעפובליק
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער
באַראַק אָבאַמאַ
גרינדונג דאטום
4טן יולי, 1776
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
9,631,418 קוואדראט ק"מ
3טע
4.87%
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

איבער 310,000,000
3טע
31 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $14.441 טריליאן ()
וואלוטע טאלער (דאלער) $
צייט זאנע 10, UTC-5, 6, 7, 8
אינטערנעט דאמען (us (com, gov, mil.
טעלעפאן קאד 1+

די פאַראַייניקטע שטאַטן פון אַמעריקע (ענגליש: United States of America)—געוויינלעך גערופן די פאַראַייניקטע שטאַטן—איז אַ פֿעדעראַלע דעמאָקראַטישע רעפובליק אין צפון אמעריקע װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין יאר 1776. זייער הױפּטשטאָט איז װאַשינגטאָן די. סי. די רעפובליק נעמט אריין 50 שטאַטן און דעם פעדעראלן דיסטריקט פון קאלומביע. דער גרעסטער שטאַט איז אלאסקע אין צפון-מערב פון דעם קאנטינענט פון צפון אמעריקע. דער ערשטער פרעזידענט איז געווען דזשארדזש וואַשינגטאן. די פאראייניקטע שטאטן גרענעצן קאנאדע צו צפון און מעקסיקא צו דרום. אין מזרח איז א בארטן מיטן אטלאנטישן אקעאן און אין מערב מיטן פאציפישן אקעאן.

די פאראייניקטע שטאטן, מיט א שטח פון 9.83 מיליאן קוואדראט ק"מ, איז דאס דריטע אדער פערטע גרעסטע לאנד לויטן טאטאלן שטח. די באפעלקערונג, אין יולי 2011 איז געווען 313 מיליאן איינוואוינער, דאס דריטע גרעסטע אין דער וועלט. די עקאנאמיע פון די פאראייניגטע שטאטן איז די גרעסטע נאציאנאלע עקאנאמיע אין דער וועלט, און זייער ברוטא אינלענדישער פראדוקט ווערט געשאצט צו 15.1 טריליאן דאלאר אין 2011.

א בירגער פון די פאראייניגטע שטאטן ווערט גערופן אן "אמעריקאנער".

אינהאַלט

היסטאריע [באַאַרבעטן]

אין די צייטן פונעם מיטל אלטער האט מען נישט בכלל געוואוסט פונעם אמעריקאנער קאנטינענט, מען האט געמיינט אז נאך אייראפע גייט דער אטלאנטישער אקעאן ארום דער האלבער וועלט ביז עס טרעפט זיך ווידער צוזאם מיטן פאציפישן אקעאן, עס איז געווען א גרויסער שפאנישער מאטראז וואס האט געהייסן קריסטאפער קאלומבוס ער האט געהאלטן אז אויב פארט מען לאנג אויפן אטלאנטישן אקעאן קומט מען אן אין אינדיע, ער האט געפועלט ביי דער שפאנישער קעניגין אויב מען גיט אים איבער א גרויסן שיף מיט געלט און מענטשן וועט ער מאכן א נסיעה און דערמיט פארקורצן דעם וועג קיין אינדיע, ער האט אויפגעוויזן אז דאס וועט הייבן דעם עקספארט-אימפארט פון איבעראל, און שפאניע וואס איז דאן געווען א וועלט מאכט וועט דערפון שטארק בענעפיטירן.

נאך א לאנגער נסיעה איז ער אנגעקומען צו דער טרוקעניש, ער האט דארט געטראפן אסאך אומצוויליזירטע מענטשן, ער מיט זיינע מענטשן האבן געמיינט אז זיי האבן אנטדעקט א קורצן וועג קיין אינדיע, דערפאר האט ער גערופן די מענטשן אינדיאנער. ווען ער איז אנגעקומען איז געווען אין יאר 1492, צו די אינזלען פון די פאראיינגיטע שטאטן,

אביסל שפעטער איז אנגעקומען אויף דער טערעטאריע וואס איז היינט דרום אמעריקע. א גענעראל מיטן נאמען אמעריגאָ וועספוטשי, און האט אנטדעקט אז דאס איז בכלל נישט אינדיע, דאס איז א נייער קאנטינענט, דעריבער רופט מען עס אויף זיין נאמען אמעריקע.

דער אנהייב פון די קאלאניעס [באַאַרבעטן]

נאך קריסטאפער קאלומבוס האבן די שפאניער ארויס געשיקט נאך שיפן און צוביסלעך האט שפאניע באהערשט גאנץ זיך און צענטראל אמעריקע, חוץ בראזיל וואס איז געווארן א פארטוגעזישע קאלאניע.

אין 1565 האט שפאניע אויפגעשטעלט א שטעטל אין פלארידע, דאס ערשטע שטעטל מיט די אייראפעישן סטיל .

אויך אנדערע אייראפעאישע לענדער האבן זיך אנגעהויבן אינטערעסירן אין דעם נייעם קאנטינענט, ענגלאנד, פראנקרייך און האלאנד.

ענגלאנד האט אויפגעשטעלט ווירזשיניע אין 1620 דערנאך מאסאטשוסעטס, און דערנאך פענסילוועניע. די פראנצויזן האבן געבויעט דעם צפונ'דיגן טייל פון נארד אמעריקא די שטעט קוויבעק און מאנטריאל, און די האלענדער האבן געבויעט די ניו אמסטערדאם וואו עס געפינט זיך היינט ניו יארק, אבער די ענגלענדער האבן געקעמפט אז זיי זאלן זיין די בעלי בתים, ניו יארק איז גאר שנעל אריבער צו זיי פון האלאנד, און אין יאהר ה'תקכ"ג איז אויך קאנאדע אריבער, אזוי אז גרויסבריטאניע (ענגלאנד) האט איינגענומען אלע שטחים וואס זענען געשטיצט געווארן ביי אנדערע לענדער.

די מלחמה פאר זעלבשטענדיגקייט [באַאַרבעטן]

אזוי ווי ענגלאנד איז פאקטיש געווען דער בעל הבית אויף דער טעראטאריע האט זיך פרובירט דאס אויסניצן מאקסימום. דער דעמאלטסדיגער ענגלישער קעניג דזשארזש דער דריטער האט ארויפגעלייגט שווערע שטייערן אויף די איינוואוינער. די איינוואוינער האבן פארלאנגט אז אזוי ווי זיי זענען א חלק פונעם ענגלישער קעניגרייך זאלן זיי קענען וועעהלן א פארטרעטערשאפט אין דעם ענגלישן פארלאמענט וואס זאל זיך אהננעמען פאר זיי, און נישט דערלאזן די אומיושר'דיגע שטייערן דער קעניג האט זיי דאס נישט געוואלט נאכגעבן. דאס האט געברענגט דערצו אז אין צווייטען האלב פון יאהר 17 הונדערט האט זיך געפענט א באוועיגונג וואס האט זיך געריפען "די אמעריקאנע רעוואלוציע" . די מענטשן האבן אנגעהובין פארלאנגען מער פרייהייט, ענגלאנד איז גרייט געווען איהר דאס צו געבן, אזוי אז אין יאהר 1763 האבען זיך צוזאמען גענימען דרייצען קאלאניעס וואס האבען נישט געוואלט זיין אינטער בריטאניע און אין אפריל 1775 האט די מלחמה אויסגעבראכען פאר אינדיפענדענט אונטער'ן גענעראל דזשארזש וואשינגטאן און אין 4טן יולי 1776 האט טאמעס זשעפערסאן געשריבן די דעקלאראציע פון אומאפהענגיקיי פאר די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא.

די ערשטע דרייצען לענדער וואס האבן זיך דערקלערט אינדיפענדן און זענען געווארן א חלק פון די נייע מדינה זענען דעלווער, פענסילוועניע, ניו דזשערסי, דזשארשיע, קאנענטיקעט, מאסטשושעס, מערילענד, דרום קאראליינע, ניו העמפשער, ווירדיזשיניע, ניו יארק, צפון קאראליינע און ראוד איילנד.

דער ווידערשטאנד האט זיך צופלאקערט, די ענדלענדער האבן געשיקט א ארמיי אונטערדריקען דעם ווידערשטאנד, נאך א לאנגער קאמפ האבן זיך די ענדלענדער אינטערגעגעבן.

די מלחמה האט אנגעהאלטן ביז 3טן אויגוסט 1782. אום 3טן סעפטעמבער 1783 האט ענגלאנד אונטערגעשריבן א שלום אפמאך מיט אמעריקא, כאטשיג זשארזש דער דריטער פון ענגלאנד האט נאך געוואלט אנהאלטן די מלחמה האט ער פארלוירן אין פארלימענט זיינע שטיצער און מ'האט דורכגעפירט א רעזולוציע אין פארלימענט פאר שלום.

פון דאן אן האבן די דערמאנטע דרייצן קאלאניעס באקומען א פולקאמע זעלבשטענדיקייט. דזארזש וואשינגטואן איז געווען אויסעווילט דער עשטער פרעזידנעט פון די פאראיינגיטע שטאטן.

פון 1803 צו 1848 האט זיך אמעריקע געטריפעלט גרויס ווייל אמעריקעס אידיאלאגיע איז געווען זיך אויסשפרייטן פאר ווי מער, וואס צוליב דעם האט אויסגעבראכען אין יענע יארן 2 מלחמות:

די ערשטע איז: אמעריקא האט דערקלערט קריג קעגען בריטעאניע דעם 18טן יוני 1812, צוליב די נישט פרייע באוועגונג פון אמעריקא ארום די וועלט אין צוליב אירע פיש כאפער'ס וואס מ'האט זיי נישט געלאזט האנדלען א.ד.ג. און אנדערע ווערטער פרייע האנדעל, - וואס דאס איז געווען א רעזולטאט פון די מלחמה פון ענגלאנד אין פראנקרייך - איינזעהנדיג אז ס'נישט רעאליסטיש זיך צו שלאגן קעגן אזא אימפעריע האט מען באשלאסן איינצונעמן קאנאדע וואס איז געווען אונטער בריטאניע,

דער בירגער קריג [באַאַרבעטן]

א וויכטיגער קאפיטל אין דער געשיכטע פון די פאראייניגטע שטאטן איז דער בירגערקריג וואס האט אויסגעברויכן אין יאר ה'תרכ"א, עס איז באקאנט מיטן נאמען דער קאמפ פון דעם צפון מיטן דרום. די דרומ'דיגע לענדער פון די פאראייניגטע שטאטן האבן באשעפטיגט איבער א מיליאן שווארצע קנעכט, די זענען געווען שווארצע מענטשן וואס מען האט געצוואנגענערהייט געברענגט פון אפריקע. די דרום שטאטן האבן געהאט אסאך פעלדער אין זייער באנוץ, און עס איז זיי געווען וויכטיג צו האבן אסאך ארבייטערס פאר די תבואה און פרוכטן. די צפון איינוואוינער אין שפיץ פון דעם פרעזידענט אברהם לינקאלן האבן אויפגעפאדערט די דרום לענדער פרייצולאזן די קנעכט, וויבאלד דאס איז קעגן דעם מענטשליכן מאראל און קעגן די פארשריפטן פון די דעקלעראציע פון זעלבשטענדיגקייט פון די פאראיינוגוג, וואס לויטעט אז אלע מענטשן זענען באשאפן געווארן אייניג. די דרומדיגע האבן זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון דעם פרעזידענט'ס פאדערונג, זיי זענען געגאנגען א טריט ווייטער און האבן ערוויילט א נייעם פרעזידענט, מיטן נאמען זשעפערסאן דעוויס, זיי האבן געלאזט וויסן אז זיי טיילן זיך אפ פון די פאראייניגטע שטאטן, לינקאלן האט דאס נישט צוגעלאזט און איז ארויס מיט א בלויטיגן קאמף קעגן די דרום שטאטן, עס האט זיך געצויגן פיר יאהר, איבער זעקס הונדערט טויזענט סאלדאטן זענען גע'הרג'ט געווארן, צום סוף האבן זיך די דרום'דיגע אינטערגעגעבן, די יוניאן האט זיך צוריק פאראייניגט, און די שווארטצע קנעכט זענען ארויס פריי. (פרעזידענט לינקאלן איז ערמארדעדט געווארן איינצעלנע טעג נאך דעם וואס די דרום'דיגע לענדער האבן זיך אונטערגעגעבן).

דער אמעריקאנער פאן [באַאַרבעטן]

דער פאן אין אמעריקא האט דריי קאלירן רויט, בלוי, און ווייס. עס האט דרייצן פאסן, טייל רויט און טייל ווייס, דאס סימבאליזירט די דרייצן גרינדעדע קאלאניעס, און עס האט פופציג ווייסע שטערן אויף א בלויען גראדעקיקן הינטערגרונט, דאס זענען די פופציג שטאטן וואס זענען דערין פאראייניגט.

א פאלק פון אימיגראנטען [באַאַרבעטן]

די פאראייניגטע שטאטן איז א פאלק וואס איז צוזאמענגעשטעלט פון אלע סארט מענטשן אין דער וועלט, פון די פארצייטישע איינוואוינער די אינדיאנער זענען געבליבן עטליכע הונדערט טויזענט אלס אנדענק, פון זיי איז דא אזעלכע וואס לעבן נאך ביז היינט אין ספעציעלע רעזערווארטן. די רעגירונג גיט זיי נאך אסאך בענעפיטן כדי זיי פארגיטיגן פארוואס מען האט פון זיי צוגענומען זייער לאנד, ווי דאס אז זיי מוזען נישט צאהלן קיין שטייערן. אבער דער מערהייט פון די באפעלקערונג פון די פאראייניגטע שטאטן איז ווייסע מענטשן אפשטאמיגע פון אייראפא און אזיע, אבער עס זענען אויך פארהאן מליאנען שווארצע וואס זענען קינדער פון די וועלכע זענען געברענגט געווען געצוואונגענערהייט פון אפריקע צו דינען אלס קנעכט פאר די ערשטע באנוצער, אין די שנייאיגע געביטן אין אלאסקא טרעפט נאך די אסקימוסישע שבטים,

געאגראפיע [באַאַרבעטן]

דער לאנד שטח פון די 48 שטאטן אין דער יבשה פון די פאראייניגטע שטאטן איז 7,700,000 ק"מ2. אלאסקע, מיט א שטח פון 1,480,000 ק"מ2, איז דער גרעסטער שטאט. האוויי, מיט א שטח פון 16,000 ק"מ2, אקופירט אן ארכיפעלאג אינעם פאציפישן אקעאן, דרום־מערב פון צפון אמעריקע.

דער קלימאט אין די פאראייניגטע שטאטן [באַאַרבעטן]

די פאראייניגטע שטאטן איז א חלק פון דעם נייעם אנטדעקטן קאנטינענט אמעריקא, ביידע חלקים דרום און צפון גרעניצן זיך מזרח זייט מיטן אטלאנטישן אקעאן און מערב מיטן שטילן אקעאן. אויך ביים מערב ברעג איז דא ביי ביידע חלקים די הויכע בערג וואס זענען פארדעקט מיט אייביגע שניי ווי די ראקי בערג און די אנדן, אבער זי טיילט זיך אפ מיט איר קלימאט פון דרום אמעריקע. דער קלימאט אין די פאראיינגיטע שטאטן איז אין אלגעמיין מיטלמעסיג און באקוועם, און צפון זייט וואס ביישטייט פון קאנאדע און מעקסיקא הערשט זייער א קאלטער וועטער, דאגעגן איז דרום אמעריקא איז דער וועטער אין אלגעמיין טראפיש, א שווערע היץ און הויכע פייכטקייט נעמט ארום צפון און צענטראלע אמעריקע.

אויך איז דער צענטראל אמעריקא און חלקים פון די פאראייניגטע שטאטן ווי פלארידא, וואס ווענדט זיך צום זיד פאול, אויפן צו שטורמישע ווינטן אין געוויסען סעזאנס פון יאר הוראַגאַנען.

אויך איז א חילוק אינעם ווינטער און זומער, ווען אין די פאראייניקטע שטאטן איז זומער איז אין זיד אמעריקא ווינטער און אזוי פארקערט.

די פאראייניגטע שטאטן איז פון די רייכסטע קאנטינענטן אין נאטורליכע ווינדער, עס געפינן זיך אין אים בערג און טאלן גרין פארדעקט מיט ריזיגע וועלדער, עס זענען דא אין אירע גרינע ביימער וואס בליען און שפראצו לויט די אפשאצונגען איבער צוויי טויזנט יאהר. הויכע ציכטיגע ווייסע בערג שפיצן מיט שניי א גאנץ יאר, טרוקענע וויסטענישן וואס באקומען נישט קיין רעגן כמעט א גאנץ יאהר, און דאקגען פייכטע נאסע געגענדן מיט שלאקס רעגנס א גאנץ יאר. עס געפינט זיך אין אים די גרעסעט זיסע וואסער זאמלונגען אין דער וועלט, אויך האט זיך נאטורליכע מינעראלן.

צוליב איר ריזיגער פארנעם און די אואייניגקייט פון דעם גרויסן לאנד איז איר קלימאט פארשידנארטיג, אין קאליפארניע און אין דעם פלארדיע האלב אינזעל איז און ווינטער זייער איינגענם, אבער אין דער זומער איז זייער הייס מיט א הויכע מאס פייכקייט, דאגעקן אין די צפון'דיגע חלק פונעם לאנד איז דער זומער הייס אבער צום אויסהאלטן, אבער דער ווינטער איז זייער א קלטער צוליב די פראסטיגע ווינטן וואס קומען אריין פונעם נארד פאלוס.

עקאנאמיע [באַאַרבעטן]

וואל סטריט, ניו יארק

די פאראייניגטע שטאטן האבן א קאפיטאליסטישע עקאנאמיע, וואס איז די גרעסטער עקאנאמיע אין דער וועלט. זייער ברוטא אינלענדישער פראדוקט ווערט געשאצט צו 15.1 טריליאן דאלאר אין 2011. די וואלוטע איז דער אמעריקאנער דאלאר, וואס האט דעם סימבאל $.

ארבעטלאזיקײט און אינפלאציע זענען גאנץ נידעריק. אגריקולטור איז שטארק אנטוויקלט, און זיי זענען פון דער וועלטס גרעסטע פראדוצירערס פון קוקורוזע, ווייץ, צוקער און טאבאק.

דאס לאנד האט רייכע מינעראל רעסורסן, כולל גאלד, נאפט, קויל און אוראניום. די הויפט פאבריקאציע אינדוסטריעס זענען אויטאמאבילן, עראפלאנען און עלעקטראניק.

די ערד [באַאַרבעטן]

די ערד אין די פאראייניגטע שטאטן איז אין מערהייט זייער גוט צום בארבעטן, די בעסטע ערד איז אין דעם צענטראלן חלק וואס באקומט ריזיגע קאוואנטום פון דעם מיסיסיפי טייך, אלס רעזולטאט ווערט די פאראייניגטע שטאטן גערעכנט צו איינע פון ענטוויקילסטער לענדער אין לאנד ווירטשאפן און אויך אין האדעווען שאף און רינדער.

עס שטעלט נישט בלויז צו פאר אייגענע געברויכן, נאר עס פארבלייבט איהר גענוג איבערגי צו עקספארטירן צו אנדערע מדינות.

עס געפינט זיך אין איר ערד פיל נאטורליכע מינעראלן, ווי גאלד, זילבער, נאפט, קוילן, אוראניום, אייזן, קופער, בליי און נאך. אירע געדיכנטע וולדער זענען געבענטש מיט אויסגעצייכנטע סארטן ביימער וואס ווערט פארנוצט צו בויען און מעבל אינדוסטריע.

אינדוסטריעס [באַאַרבעטן]

עס געפינט זיך אין די פאראייניגטע שטאטן פארצווייגסטע אינדרוסטריעס וואס זענען פון די ענטוויקעלסטע אין דער וועלט. אין די לעצטער הונדערט יאהר איז זי פארוואנדלט געווארן אלס איינע פון די רייכסטע אינדוסטריעלע לענדער פון דער וועלט.

איינקומפט [באַאַרבעטן]

אמעריקאנער מטבע פון א האלבן דאלאר

די מעדיאן יערלעכע הכנסה צו א הויזגעזינד ריכטיק פאר 2005 איז 46,326 דאלאר, אבער מיט וועזנטלעכע אונטערשיידן צווישן די שטאטן. למשל, ווען די יערלעכע הכנסה אין ניו דזשערסי איז געווען $60,246, אין מיסיסיפי איז זי געווען $34,396. די מעדיאן יערלעכע הכנסה פאר א מענטש איז געווען $25,036.

צווישן די ראסן זעט מען אן אפשטאנד אין דער הכנסה פון אפריקאנער אפשטאמיקע און היספאנישע (מערסטנס מעקסיקאנער) אנגעשטעלטע קעגן אייראפעישע און אזיאטישע (מערסטנס פון דעם ווייטן מזרח). די דורכשניטלעכע הכנסה פאר א הויזגעזינד מיט אן אזיאטישן ראש משפחה איז די גרעסטע, $57,518, פאר ווייסע $48,977 און פאר אפריקאנער $30,134.

די הכנסה אפשטאנדן אין די פאראייניגטע שטאטן זענען פון די גרעסטע אין דער אנטוויקלטער וועלט. אין 2006 האט דער העכסטער צענטל פארדינט 16 מאל מער ווי דער נידריקסטער צענטל.

דער מעדיאנער נעטאווערט (median net wealth) אין 2004 איז געווען $93,100 פאר א הויזגעזינד. דאס העכסטע פערטל איז געווען $422,400 פאר א הויזגעזינד (אחוץ דעם עיקר וואוינארט).

רעגירונג [באַאַרבעטן]

די רעגירונג ביישטייט פון דריי פליגלען: די לעגיסלאטור (קאנגרעס), דער עקזעקוטיוו און די געריכטיקע מאכט.

לעגיסלאטיוו [באַאַרבעטן]

די געזעץ געבער וואס איז דער קאנגרעס וועלכע אנטהאלט צוויי הייזער דער סענאט וואס איז דער אויבערשטער הויז, און דער קאנגרעס וואס איז דער אינטישטער הויז. זיי ווערן אויך גערופען די לעגיסלאטארן.

יעדער שטאט שיקט צום סענאט צוויי סענאטארן, וועלכע דינען אין אמט זעקס יאהר, דער קאנגרעס ביישטייט פון קרוב צו פיהר הונדערט און פופציג פארשטייער, דאס איז אזוי אויסגעשטעלט אז יעדע פינעף הונדערט טויזענט מאן שיקן איין קאנגרעס מאן אדער קאנגרעס פרוי צום פארלעמענט. די וואהלן פאר די קאנגרעס קומט פאר יעדע צוויי יאהר, זייער הויפט קווארטיער איז אין דעם קעפיטאל בילדונג וואס געפינט זיך אין וואשינגאטואן די. סי.


די עקזעקוטיווער ארעם [באַאַרבעטן]

נאך דעם וואס דער געזעץ געבער פירן דורך א געזעץ קומט אריין דער פרעזידענט מיט זיינע פופצין מיניסטארין זיי זענען די אויספיהרער וואס ווערן גערופען די עקזעקוטיווער ארעם, זייער תפקיד איז אויסצופירן אלעס וואס דער קאנגרעס האט באשטמיט. זיי פירן אהן די טאג טעגליכען ווירטשאפט אין די פעדעראלע רעגירונג, ס'ווערט אנגעריפן ביים המון עם גאווערמענט, די עקזעקיוטיוו פליגעל קען נישט איינפיהרן נייע געזעצן (דאס איז די ארבעט פון דעם ערשטעל פליגער די געזעץ געבר) און אויך נישט טוישען וואס דאס איז די ארבעט פון יורידיקציע, די עקזעקיוטיוו פליגעל איז געמאכט געווארן בלויז אויספיהרן וואס מען פון פריער באשטימט, די אנפיהרער איז אלעמאל די פרעזידענט, דאס איז א ליסט פון אלע דיפארטמעט'ס:


1. (State), אויסערן אינטערעסן געגרינדעט 1789, באשיצן ציווילע אין נישט ציווילע פאסיזשירען, דיפלאמאטישע באציאונגען


2. (Treasury), געלט קאסע, געגרינדעט 1789, אלעס ארום געלט ווי שטייערן בענק פאסט באצאהלן


3. (Defense), באשיצן, געגרינדעט 1947, זעין אז נאצינאלע און מילטערישע זיכערהייט זאל קלאפן (די פענטאגאן איז אין זייער באזיץ)


4. (Justice), געזעצליך, געגרינדעט 1870, זעין אז אלעס זאל ווערו געטועהן געזעצליך ווי למשל האלטן א אויג אויף אלקעהאל, באוואבען עדים. און טראספארטאציע פאר יוריקדיציע צוועקן ווי למשל פריזענע'ס,


5. (Interior), אינעווייניג-שטחים, געגרינדעט 1849, פאבליק פארקס, וועלדער, אויך צושטעלן וואסער,


6. (Agriculture), איבער עסן, געגרינדעט 1889, געזונטע עסן, הונגער, פארמ'ס נאטורליכע אוצרות


7. (Commerce), האנדעל, געגרינדעט 1903, די עקאנאמי וואוקס, אלטערנאטיווע ארבייט'ס פלעצער, האנדעל מיט די וועלט


8. (Labor), ארבעט, געגרינדעט 1913, (קודם געווען אינאיינעם מיט קאמערץ), העלפען און שיצען דעם ארבעטער


9. (Health and Human Services), געזונטהייט, געגרינדעט 1953, דיזיז, קאנטראל מעדיקעיר, העלפט ארימע,


10. (Housing and Urban Development), הייזער, געגרינדעט 1965, שעלטער'ס, עפארדעבעל הייזער,


11. (Transportation), טראנספארטאציע, געגרינדעט 1966, ליפט, באן, הייוועי, טראק, געזעלשאפט, פארבעסערן


12. (Energy), ברענשטאף, געגרינדעט 1977, נוקראלע וואפען אין רעאקטאר, אלעס ארום ברענשטאף,


13. (Education), ערציאונג, געגרינדעט 1979, ארבעט פאר ערציאונג'ס אינטערעסן


14. (Veterans Affairs), וועטעראנען איטערעסן, געגרינדעט 1988, נעמט קעיר פון די וועטעראנען


15. (Homeland Security), היימלאנד זיכערהייט, געגרינדעט 2002, אפהיטען פון נאטורליכע אדער טעראריסטישע געשעהנישן


יורידיקציע [באַאַרבעטן]

נאך דעם קומט אריין דער געריכט, זייער תפקיד איז זעהן אז די געזעצען וואס מען האט באשטימט זאל ווערן איינגעהאלטן פונקט ווי מען האט עס באשטימט, און ווער עס איז עובר דערויף זאל ווערן באשטראפט.

אמעריקאנער שטאטן [באַאַרבעטן]

אמעריקע באשטייט פון פופציג שטאטן, דאס הייסט כאטש אין פאקט איז זי איין גרויסע מדינה, איז זי אבער צוזאם געשטעלט און פאראייניגוט פון פופציג לענדעט, אכט און פערציג פון זיי געפינט זיך זייט ביי זייט אין צענטער פון נארד אמעריקא, די אנדערע צוויי לענדער זענען אלאסקע און האוויאי. וואס קאנאדא און די פאסיפיק אוישן טיילט זיי אפ פון זייער היימלאנד.

ווי געזאגט איז ביים אנהייב געווען בלויז דרייצען שטעט, מיט דער צייט זענען צוגעשטאנען נאך מדינות, אין הונדערט צוואצניג יאהר נאך איהר גרינדונג האט זי געציילט אכט און פערציג לענדער. אין יאהר תשי"ט איז צוגעקומען די שטאט אלאסקא, און א יאהר דערנאך די פופציגסטע שטאט האווייאי.

די הערשאפט [באַאַרבעטן]

די הערשאפט אין די פאראייניגטע שטאטן איז אינטערעסאנט, יעדע איינע פון די פיפציג שטאטן האט א אייגענעם הערשער, א אייגענע געזעץ הויז, און אייגענע געריכט הייזער, וועלכע פירן אהן די אינערליכע אנגעלעגנהייטן פון זייער שטאט, ווי ערציהונג, פארקער. דאגעגן די אויסעליכע פאליטיק און נאציאנאלע זיכערהייט זענען אונטער די צענטראלע פעדעראלע רעגירונג וואס איהר זיץ געפינט זיך אין די הויפט שטאט . דיסטריקט אף קלאמביע.

אין שפיץ פון לאנד שטייט א פרעזידענט וולעכע ווערט ערוויילט אין דעמאקראטישע וואהלן איינמאהל אין פיהר יאהר, אין די הענט פונעם פרעזידענט איז קאנצעטרירט די רעגירונגס באפולמעכטיגונג, ער איז דער פאקטישער פירער פונעם לאנד. דאס איז אנדערש ווי רוב דעמאקראטישע מדינות וואס ביישטיין פון א פארלאמענט, און די רעגירונג אויטאריטעט איז אין די הענט פון דעם פרעמיער מיניסטער.


די פופציג שטאטן [באַאַרבעטן]

Us50states.png

50 שטעט

  1. אלאבאמא
  2. אלאסקע
  3. אריזאנע
  4. ארקענסאו
  5. קאליפארניע
  6. קאלאראדא
  7. קאנעקטיקעט
  8. דעלעווער
  9. פלארידע
  10. זשארזשיע
  11. האוואי
  12. איידעהא
  13. אילינוי
  14. אינדיאנע
  15. אייאווע
  16. קענזעס
  17. קענטאקי

 

  1. לואיזיאנא
  2. מעין
  3. מערילענד
  4. מאסאטשוסעטס
  5. מישיגען
  6. מינעסאטע
  7. מיסיסיפי
  8. מיזורי
  9. מאנטענע
  10. נעבראסקא
  11. נעוואדא
  12. ניו העמפשיר
  13. ניו זשערסי
  14. ניו מעקסיקא
  15. ניו־יאָרק (New York)
  16. צפון קאראליינע
  17. נארט-דעקאטע

 

  1. אהאיא
  2. אקלעהאמע
  3. ארעגאן
  4. פענסילוועניע
  5. ראוד איילענד
  6. דרום קאראליינע
  7. סאוט-דעקאטע
  8. טענעסי
  9. טעקסאס
  10. יוטא
  11. ווערמאנט
  12. ווירזשיניע
  13. וואשינגטאן (Seattle)
  14. וועסט ווירדשיניע
  15. וויסקאנסין
  16. וויאמינג

באוואינטע טעריטאריעס

  1. אמעריקאנער סאמאא
  2. גוואם
  3. נארטערן מעריאנעס אינזלען
  4. פארטא ריקא
  5. u.s. ווירזשין אינזלען


נישט אריינגערעכענט

אידן אין די פאראייניגטע שטאטן [באַאַרבעטן]

קריסטאפער קאלאמבוס איז אנגעקומען צו די פאראייניגטע שטאטן אין יאהר ה'רנ"ב, דאס הייסט אין דעם יאהר וואס מען האט פארטריבן די אידן פון שפאניע, אידן זאגט אז פון הימל האט מען דאן צוגעגרייט א רעטונגס פלאץ פאר די קומענדיגע יארן פאר די אידן.

די ערשטע אידישע אימיגראנטען זענען געקומען קיין אמעריקע פון אייראפע, הויפטזעכליך שפאנישע און פארטוגעזישע אידן וואס זענען אנטלאפן פון די אינקוויזיציע צו די נייע וועלט. יארן שפעטער ווען עס זענען פארגעקומען רדיפות אין דייטשלאנד און אין רוסלאנד קעגן אידן די באקאנטע פראגראמען האט זיך פארשטארקט דעם שטראם פון דארט קומען צו די פאראייניגטע שטאטן.

נאכן צווייטן וועלט קריג זענען פיל געראטעוועט פון די נאצישע אקופירטע לענדער געקועמן צו די פאראייניגטע שטאטן, און האבן איבערגעבויעט און אויפגעלעבט פודאסניי די פארניכטעטע אידישע געמיינדעס פון זייער אלטער היים. מען האט אויפגעשטעלט בליעהנדע אידישע געמיינדעס בתי מדרשים, ישיבות, כוללים, חסידישע הויפן, ליטווישע ישיבות, מיידל שולעס און תלמיד תורה'ס, עס וויבערלט אידישעקייט אויפן העכסטען גראד.

היינט צו טאג געפינט זיך דער גרעסטער אידישע ישוב אין די פאראייניגטע שטאטן, עס איז נישט דא קיין שטאַט וואו עס וואוינען נישט אין איר קיין אידן. אבער דאס רוב פרומע אידן זענען קאנצטעטריעט אין די גרויסע שטעט ווי ניו יארק, ניו דזשערסי, לאס אנדזשעלס, אין אלגעמיין זענען די אידן גלייכבארעכטיגט ווי די איבריגע באפעלקערונג, פיל גרויסע אידישע קהילות עקסזיסטירן אין לאנד. אסאך פון זיי פירן זייערע קינדער און אייניקלעך אויף די אלטע וועגן גענוי ווי אונזערע זיידעס האבן זיך געפירט פאר הונדערטער יאהרן. אויך זענען די אמעריקאנער אידן באוואסט איבאראל פון זייער מיטלייד און הילף פאר יעדן נויטבאדערפיגן.

וועבלינקען [באַאַרבעטן]