קאליפארניע
קאַליפארניע איז איינע פון די פופציג שטאטן פון אמעריקע. איר הויפטשטאט איז סאקראמענטא.
עס געפונט זיך מער צו מערב זייט לעבן דער גרענעץ פון מעקסיקא און בעיקר לעבן די וואסערן פון פאציפישן אקעאן.
פון אירע גרויסע באקאנטע שטעט איז לאס אנדזשעלעס, סאן פראנציסקא, און סאן דיעגא.
פון די אינטערעסאנטע זאכן אין קאליפארניע, איז דער גאלד טויער א בריק אין סאן פראנציסקא. די סעקוואיע ביימער אין סעקוואיע פארק, זיי דערהויבן זיך צו א הויך פון הונדערט מעטער. אויך געפינט זיך דארט דער גענעראל שערמאן, א ריזן בוים וואס איהר הויך דערגרייכט פינף און אכציג מעטער, איהר שורש איז לערך איין און דרייסיג מעטער. מען שאצט אז דער בוים איז אלט איבער פיר טויזנט יאהר.
די אפיציעלע שטאַט בלום פון קאליפארניע איז דאס קאליפארניער מאנרענדל.
ארנאלד שווארצעניגער איז גאווערנאר.
טראנספארט [באַאַרבעטן]
א גרויסער טייל פון קאליפארניע איז באדעקט מיט אויטאסטראדן און שאסייען; מען דארף נישט צאלן צו פארן אויף זיי.
די הויפט פליפעלדער פון קאליפארניע זענען לאס אנדזשעלעס אינטערנאציאנאלע פליפעלד און סאן פראנציסקא אינטערנאציאנאלע פליפעלד.
דער שטאַט האט צוויי גרויסע פארטן—לאס אנדזשעלעס פארט און אקלאנד פארט.
צווישן די שטעט פארט די אמטראק באן.
|
די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע |
|
|---|---|
| אהאיא • אייאווע • איידעהא • אילינוי • אינדיאנע • אלאבאמא • אלאסקע • אקלעהאמע • אריזאנע • ארעגאן • ארקענסא • דזשארדזיע • דעלעווער • דרום דעקאטע • דרום קאראליינע • האוואי • ווערמאנט • וואשינגטאן • וויאמינג • ווירדזשיניע • וועסט ווירדזשיניע • וויסקאנסין • טענעסי • טעקסאס • יוטא • לואיזיאנא • מאנטענע • מארילאנד • מאסאטשוסעטס • מישיגן • מינעסאטע • מיסיסיפי • מיזורי • מעין • ניו העמפשיר • ניו זשערסי • ניו יארק • ניו מעקסיקא • נעבראסקא • נעוואדא • פלארידע • פענסילוועניע • צפון דעקאטע • צפון קאראליינע • קאלאראדא • קאליפארניע • קאנעטיקעט • קענזעס • קענטאקי • ראוד איילענד | |