אריזאנע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
אריין אין אריזאנע

אריזאנע איז א שטאַט ביים דרום ברעג פון אמעריקע וואס גרעניצט זיך מיט מעקסיקא. זי איז באוואוסט מיט אירע הייסע זומערס און מדבריות. זי איז דער אכט און פערציגסטער שטאט פון די 50 שטאטן. איר הויפט שטאט איז פיניקס. זי ווערט אנגערופן צווישן די שטאטן פון ראקי בערג.

אין אריזאנע געפינט זיך די רוזעוועלט דאמבע, וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויסצוניצן די טייך וואסערן פאר די פעלדער אין דער מדבר'דיגער געגנט.

אין צפון זיין פון אריזאנע געפינט זיך דער גרויסע קעניאן, עס איז איינע פון די מעכטיגסטע און איינדרוקספולע נאטורליכע ערשיינונגען אין דער וועלט, עס באזוכן אים יערליך הונדערטער טויזנטער באגייסטערטע טוריסטן.

דער גרויסער קעניאן איז געווארן פון דעם טייך געלעגער פון דעם קאלאראדא טייך, איינע פון די גרויסע טייכן פון די פאראייניגטע שטאטן, ער גייט ארויס פון די פעלזן בערג און שלענגלט זיך דורך די הויכע בערגלעך פון אריזאנע, ביז עס גיסט זיך אריין אין מעקסיקא ים אויסגוס, די רוישיגע וואסער פון דעם קאלאראדא טייך האבן אין לויף פון די יאהרן פאראורזאכט א שטארקער מיטשלעפ, אין די פעלזן, אזוי איז געשאפן געווארן דער מעכטיגער און וואונדעליכער שיינע קעניאן.

פון דערווייטענס זעהט עס אויס מעכטיג ווי הויכע זיילן, טורעמ'ס און פאלאצן, די שטיינער זענען אין פארשידענע פארבן, אבער רוב זענען די קאליר רויט, עס איז אבער אויך דא געלע, ברוינע, גרינע און אפילו שווארצע שטיינער, א מענטש וואס דרייט זיך דארט זעהט קלאר און באשיינפערליך די וואונדער פון נאטור, און רופט אויס מיט באגייסטערונג דעם באקאנטן פסוק פון דוד המלך: מה רבו מעשיך ה' כולם בחכמה עשית מלאה הארץ קניניך.

עס רעגנט כמעט נישט אין אריזאנע. אבער טראץ דעם זענען דארט פארהאן פארשידענע פלאנץ פעלדער, דורך דעם וואס מען באוואסערט זיי מיט ריזיגע שלויכן.

עפ"י הלכה איז א הידור פאר די מצות אויף פסח צו נעמען ווייץ וואס עס האט נישט גערעגנט דערויף זינט עס איז געווארן געצייטיגט.

דעמאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די באפעלקערונג פון אריזאנע (ריכטיג פאר 2006) איז 6,166,318 איינוואוינער.

עס איז באקאנט פאר די פרומע אידן דאס פארהעלטנמעסיג יודיש דערפל אין אריזאנע וואס הייסט זכריה ברוינער'ס ישוב.

די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע Flag of the United States.svg
אהאיאאייאוועאיידעהאאילינויאינדיאנעאלאבאמאאלאסקעאקלעהאמעאריזאנעארעגאןארקענסאדזשארדזיעדעלעווערדרום דעקאטעדרום קאראליינעהאוואיוואשינגטאןוויאמינגווירדזשיניעוועסט ווירדזשיניעוויסקאנסיןווערמאנטטענעסיטעקסאסיוטאלואיזיאנאמאנטענעמארילאנדמאסאטשוסעטסמישיגןמינעסאטעמיסיסיפימיזורימעיןניו העמפשירניו זשערסיניו יארקניו מעקסיקאנעבראסקאנעוואדאפלארידעפענסילוועניעצפון דעקאטעצפון קאראליינעקאלאראדאקאליפארניעקאנעטיקעטקענזעסקענטאקיראוד איילענד