דזשארדזיע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
א שחורה שקלאף רוהט זיך אפ אין דזשארדזשיע אין יאר 1832

דזשאָרדזשיע איז איינע פון די 50 שטאַטן אין דרום־מזרח פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע.

זי האט פלארידע צו דרום, אלאבאמא צו מערב, טענעסי און צפון קאראליינע צו צפון, און דרום קאראליינע צו מזרח. צו דרום־מזרח האט דזשארדזיע א בארטן אויפן אטלאנטישן אקעאן.


דעם נאמען "דזשארזשיע" האט מען גערופן נאך זשארזש דער צווייטער, קעניג פונעם פאראייניגטן קעניגרייך.

דזשארזשיע איז א פראמינענטער היסטארישער דרום שטאַט, וואו אהין מ'האט איידער דעם ברודער קריג געבראכט אהין מיט געוואלד טויזנטער שקלאפן פון מערב אפריקע צו באארבעטן די וואטע פעלדער. די ווייסע איינוואוינער זענען פון דעם רייך געווארן און געלעבט א גוטן טאג, בשעת די שווארצע זענען געווען פארקנעכטעט און אונטערדריקט.

אין דער קנעכטשאפט עפאכע (בערך אין די צייטן פון חתם סופר) איז פלארידע נאך נישט געווען א חלק פון אמעריקע, עס האט נאך באלאנגט פאר שפאניע, דעריבער איז דזשארדזיע געווען דער עקסטרעמער דרום עק פון אמעריקע, ווי עס האט געדינט פאר א שיץ (אפשייד) צווישן פלארידע און די קאראליינעס.

נאך דעם ברודער קריג ווען האלטן שקלאפן איז געווארן אומ-געזעצליך איז דזשארדזשיע געלעגן חרוב ונחרב, אלע שקלאפן זענען זיך צולאפן און די פעלדער זענען אינטערגעצינדען געווארן פון די שחורים. עס האט געדויערט לאנגע יארן ביז עס האט צוריק אויפגעלעבט.

די הויפט און די גרעסטע שטאט איז אטלאנטא. אנדערע גרויסע שטעט זענען אויגוסטע, סאוואנאה און קאלומבוס.

עס וואוינען דארט איבער 9 מיליאן בירגער.

די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע Flag of the United States.svg
אהאיאאייאוועאיידעהאאילינויאינדיאנעאלאבאמאאלאסקעאקלעהאמעאריזאנעארעגאןארקענסאדזשארדזיעדעלעווערדרום דעקאטעדרום קאראליינעהאוואיוואשינגטאןוויאמינגווירדזשיניעוועסט ווירדזשיניעוויסקאנסיןווערמאנטטענעסיטעקסאסיוטאלואיזיאנאמאנטענעמארילאנדמאסאטשוסעטסמישיגןמינעסאטעמיסיסיפימיזורימעיןניו העמפשירניו זשערסיניו יארקניו מעקסיקאנעבראסקאנעוואדאפלארידעפענסילוועניעצפון דעקאטעצפון קאראליינעקאלאראדאקאליפארניעקאנעטיקעטקענזעסקענטאקיראוד איילענד