קוקורוזע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Maize
אילוסטראציע וואס ווייזט די קוקורוזע בלומען
אילוסטראציע וואס ווייזט די קוקורוזע בלומען
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: פלאנצן
(unranked): Commelinids
סדר: Poales
פֿאַמיליע: Poaceae
אונטערפֿאַמיליע: Panicoideae
Tribe: Andropogoneae
מין: Zea
זגאַל: Z. mays
בינאמינאלישער נאמען
Zea mays
L.
Zea mays "fraise"

קוקורוזע אדער טערקישע ווייץ (Zea mays L. פון שפאניש: maíz) באוואוסט אין אמעריקע און קאנאדע מיטן נאמען "קארן", איז א מין תבואה וואס מען וואקסט אין די אמעריקאנער לענדער שוין פון פאר־היסטארישע צייטן. די בלעטערישע זאנג אנטהאלט זאמען וואס מען רופט קערנדלעך. כאטש קוקורוזע איז א מין תבואה, מען איז געוואוינט צו קאכן די קערנדלעך ווי א גרינס. די מאיא פעלקער פלעגן ווייקן און קאכן די קערנדלעך אין קאלכוואסער. צווישן 1700 און 1250 פאר דער ציווילער רעכענונג האט די גערעטעניש זיך פארשפרייט איבער די אמעריקעס. נאכדעם וואס די אייראפעישע האבן קאלאניזירט די אמעריקעס סוף דעם 15טן יארהונדערט און אנהייב דעם 16טן יארהונדערט, האבן אויספארשער און סוחרים געטראגן קוקורוזע צוריק אין אייראפע. אזוי ווי קוקוריזע וואקסט אין פארשידענע קלימאטן האט זי פארשפרייט אריבער דער וועלט. אין די פאראייניגטע שטאטן בערך 37% פון די פעלדער וואקסן קוקורוזע.

קוקורוזע קען וואקסן ביז 12 מעטער, אבער די קוקורוזע וואס מען פלאנצט אויף מסחר וואקסט ביז 2.5 מעטער.

גאנץ געוואקסענע קוקורוזע פלאנצן

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]