קריסטאפער קאלאמבוס

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Christopher Columbus.jpg

קריסטאפער קאלאמבוס (1451 - 20סטן מיי, 1506 שפאניע) איז געווען א איטאליענישער רייזדענער און קלאניאיסט, ער איז דערפֿינדער פֿון דעם קאָנטיענעט אַמעריקע.

יונגע יארן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

קאלאמבוס איז געבוירן געווארן אין 1451 אין יאנאווע (היינט אין איטאליע). זיין פאטער דאמעניקא איז געווען א וועבער.

זיין רייזע צו אמעריקע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין די צייטן פונעם מיטל אלטער האט מען נישט בכלל געוואסט פונעם אמעריקאנער קאנטינענט, מען האט געמיינט אז נאך יוראפ גייט דער אטליאנטישער אקען ארום דער האלבער וועלט ביז עס טרעפט זיך ווידער צוזאם מיטן פאסיפיק אוקען, דאס איז געווען געבויעט אויך די שיטה אז די וועלט איז גראד. עס איז געווען א גרויסער שפאנישער מאטראס וואס האט געהייסן קריסטאפער קאלאמבוס ער האט געהאלטן אז אויב פארט מען לאנג אויפן אטלאנטישער אוקען קומט מען אהן קיין אינדיע, ער האט געפוילט ביים שפאנישן קעניגן אויב מען גיט איהם איבער א גרויסן שיף מיט געלד און מענטשן וועט ער מאכן א נסיעה און דערמיט פארקורצן דעם וועג קיין אינדיע, ער האט אויפגעוויזען אז דאס וועט הייבן דער עקספארט-אינפארט פון איבעראל, און שפאניע וואס איז דאן געווען א וועלט מאכט וועט דערפון שטארק בענעפיטירן.

נאך א לאנגע נסיעה איז ער אנגעקומען צו דער טרוקעניש, ער האט דארט געטראפן אסאך אומצוויליזירטע מענטשן, ער מיט זיינע מענטשן האבן געמיינט אז זיי האבן אנטדעקט א קורצן וועג קיין אינדיע, דערפאר האט ער גערופן די מענטשן" אינדיאנער. ווען ער איז אנגעקומען איז געווען אין יאהר 1492, צו די אינזלן פון די פאראיינגיטע שטאטן,

צווישן 1492 און 1503 האט קאלאבוס אנגעריכטעט פיר נסיעות צווישן שפאניע און אמעריקע. דאס איז געווען דער אנהייב פון אייראפעישער אויספארשונג און קאלאניזאציע פון די אמעריקאנער קאנטינענטן. קאלאמבוס האט שטענדיג געטענה'ט אז די לענדער וואו ער איז אהינגעקומען זענען אין אזיע. אפשר וועגן דעם האט מען א נאמען געגעבן דעם נייעם קאנטינענט נישט נאך קאלאמבוס, וואס האט אים אנטפלעקט, נאר נאך אמעריגא וועספוטשי.

קאלאמבוס האט זיך פארשאפט אסאך שונאים, אסאך פון די שפאנישע אדל לייט און הערן האבן נישט געקענט אראפ שלינגן אז ער האט אויסגעטראפען אזא גרויסער ערפונדונג ווי א נייער קאנטינענט, עס ווערט פארציילט איינמאל איז ער געזעסן מיטן קעניג און זיינע הערן, און איינער האט זיך אנגערופען איך פארשטיי נישט וואס איז דער גרויסער קונץ פון קאלאמבוס, ער האט סך הכל גענומען א שיף מיט מענטשן געפארן און געפארן ביז ער איז געקומען צו א אינזל, טא וואס רעש'ט מען מיט אים ?, קאלאמבוס האט גענומען א רינדיגער איי און געפרעגט ווען קען מאכן די איי זאל שטיין גראד, יעדער פון די אנוועזנדע האט פרובירט צו מאכן שטיין די איי גראד, עס איז אבער אייביג געפאלן אויף דער זייט, ביז קאלאמבוס האט גענומען די איי, געגעבן א זעץ דערויף, די איי האט זיך צובראכן, און עס איז געבליבן שטיין, זאגן זיי נו וואס איז די קונץ האסט עס צובראכן שטייט עס, זאגט ער איך האב נישט געזאגט אז עס איז א קונץ, איך האב עס אבער אין פאקט געטון, און נישט איר. די זעלבע מיט אמעריקא איך האב עס געטון.

צו סוף האט מען אים גע'מסור'ט פאר די קעניג, ער איז געשטארבען אין תפיסה, מען האט אים באשולדיגט אלס א שפיאן.

שפּעקולאַציעס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

עטלעכע האַלטען אַז קאָלומבוסס אַרױסװאַנדערן פֿון שפּאַניע און נאַװיגירן די וועלט אין יאָר רנ"ב האט גאָט ספּעציעל צוגעשטעלט אַ פֿרישע פּליטה פֿאַר די ײִדן[פֿעלט אַ מקור]

געוויסע היסטאריקער שפעקלירען אז ער איז געווען א יוד[פֿעלט אַ מקור], עכ"פ דאס איז פעסטגעשטעלט אז ער האט געהאט שייכות מיט הרב דון יצחק אברבנאל[פֿעלט אַ מקור], און זיך באנוצט מיט זיינע מאפעס[פֿעלט אַ מקור].