אוראניום

פֿון װיקיפּעדיע

אוראַניום איז א זילבערן־ווייסער מעטאלישער כעמישער עלעמענט אין דער אקטינידן סעריע פון דער פעריאדישער טאבעלע, מיטן כעמישן סימבאל U און אטאם נומער 92. אן אוראניום אטאם האט 92 פראטאנען און 92 עלעקטראנען, פון זיי 6 וואלענץ עלעקטראנען. אוראניום איז שוואך ראדיאאקטיוו. אוראניום האט עטלעכע איזאטאפן, אבער אוראניום וואס מען טרעפט נאטירלעך איז כמעט אינגאנצן U-238. מען האט אנטדעקט אוראניום אין 1789 אינעם מינעראל פעכבלענד, און געגעבן א נאמען נאכן פלאנעט אוראנוס.

אוראניום ווערט געניצט צו שאפן געל גלאז.