נאטריום

פֿון װיקיפּעדיע

שפּרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן
נאטריום

נאַטריום איז אַ מעטאלישער עלעמענט, מיט סימבאָל Na. זײַן אַטאָם־מאָס איז 23 און זײַן אַטאָם־נומער איז 11. ער איז א ווייכער זילבער־ווייס שטארק רעאגירדיקער מעטאל און איינער פון די אלקאלישע מעטאלן.

נאטריום אלס עלעמענט געפינט זיך נישט נאטורלעך אויף דער ערד—ער ווערט אקסידירט אין דער לופט און רעאגירט שטארק מיט וואסער. מען מוז אים דעריבער האלטן אין אן אינערטן פליסיקייט.