אימפעריע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אן אימפעריע איז אַ פאליטישע סואווערעניטעט, למשל אַ שטאַט, וואָס הערשט איבער גרויסע געביטן אין וועלכע וואוינען באפעלקערונגען פון פארשידענע אפשטאמונגען און קולטורן.

דער הויפּט וועג אין וואָס אימפעריעס זענען באשאפן איז ווען איין לאנד פארשפרייט זיך און נעמט איבער די שכנותדיקע לענדער. אזוי איז די רוסלענדישע אימפעריע באשאפן ווען רוסלאנד האט איינגענומען א גרויסן טייל פון פוילן און אויך סיביר. די שפאנישע, פארטוגעזישע און בריטישע אימפעריעס זענען באשאפן דורך אויספארשן לענדער אין אנדערע קאנטינענטן.

די גרעסטע אימפעריע אין דער געשיכטע פון דער וועלט איז געווען די מאנגאלישע אימפעריע, וואס האט געהערשט אין דעם מיטל אלטער איבער דעם גרעסטן טייל פון אזיע און אייראפע. אנדערע גרויסע אימפעריעס זענען געווען די גריכישע אימפעריע, די רוימישע אימפעריע, די פערסישע אימפעריע, די ביזאנטישע אימפעריע און די אטאמאנישע אימפעריע.

דער הערשער איבער אן אימפעריע ווערט גערופן א קייסער (נאך יוליוס קייסער, דער דיקטאטאר פון רוים). אונטער דעם קייסער קענען זיין קעניגן און גובערנאטארן איבער די פארשידענע לענדער אין דער אימפעריע.

עטימאלאגיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס ווארט אימפעריע שטאמט פון לאטיין: imperium אימפעריום = העכסטע אויטאריטעט.