אברהם לינקאלן

פֿון װיקיפּעדיע
אברהם לינקאלן
Abraham Lincoln
אברהם לינקאלן, 1863
געבורט 12 פעברואר 1809
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
דערמארדעט 15 אפריל 1865 (אלט 56)
פיטערסן הויז, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
ווייב מערי טאד לינקאלן
לינקאלן פאמיליע דינאסטיע
פאטער טאמאס לינקאלן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מוטער נאנסי האנקס לינקאלן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
16טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן
4 מערץ 186115 אפריל 1865
(4 יאָרן און 6 וואָכן‎)
סגן העניבל העמלין (1861-1865), ענדרו זשאנסאן (1865)
מיטגליד פון פ״ש הויז פון דעפוטאטן פארן זיבעטן דיסטריקט פון אילינוי
4 מערץ 18474 מערץ 1849
(2 יאָרן)
מיטגליד פון אילינוי הויז פון דעפוטאטן
18341842
(בערך 8 יאָרן)
חתימה Abraham Lincoln Signature.png
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אברהם לינקאלן (ענגליש: Abraham Lincoln ארויסגערעדט "אייברעהעם לינקען"; 12טן פעברואר, 180915טן אפריל, 1865) איז געווען א פאליטיקער און אדוואקאט. ער האט געדינט ווי דער 16טער אמעריקאנער פרעזידענט פון 4טן מערץ 1861 ביז מען האט אים דערהרג׳עט אום 15טן אפריל 1865. ער האט געפירט די פאראייניגטע שטאטן דורך זייער שווערסטן קריזיס, דער אמעריקאנער בירגערקריג.[1][2]

לינקאלן איז געבוירן געווארן אין קענטאקי אין אן ארעמער פאמיליע. ער האט זיך אליין געבילדעט און איז געווארן אן אדוואקאט, שפעטער פירער פון דער וויג פארטי, און א שטאַטס קאנגרעסמאן. ער האט איבערגעלאזט פאליטיק און איז צוריק צו זיין אדוואקאט ארבעט. אבער ווען ער האט געזען אז די דעמאקראטן האבן געענפט די נייע לענדער צו שקלאפעריי האט דאס אים שטארק געקימערט און אין 1854 איז ער צוריק אין פאליטיק.

ער איז א פאפולערער פרעזידענט אין דער היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן, ער האט אנגעפירט די באוועגונג צו באפרייען די שווארצע מענטשן פון קנעכשאפט, ער איז געווען פערזידענט בשעת דער אמעריקאנער בירגערקריג, אויך באקאנט אלס דער קאמף פון דעם צפון מיטן דרום, און האט געפירט דעם צפון צו א זיג קעגן די דרום.

צוויי טאג נאך דעם וואס ער האט געוואונען די קריג, און האט באפרייט די שווארצע, האט מען אים געשאסן אין א טעאטער.

ער איז אנגענומען פאר א גוטער פרעזידענט וואס די אמריקאנער זענען מיט איהם שטאלץ, ער איז געווען פון די ערשטע אין דער רעפבוליקאנער פארטיי.

עס איז באקאנט פון אים אזא ווארט: מען קען פֿאפן די גאנצע וועלט פאר א שטיק צייט, מען קען פאפן די האלבע וועלט פאר אייביג, מען קען אבער נישט פאפן די גאנצע וועלט פאר אייביג, דער אמת שווימט שטענדיג ארויף.

לינקאלן האט באשטימט 32 פעדעראלע ריכטער, כולל פינף ריכטער צום העכסטן געריכט פון די פאראייניגטע שטאטן און 27 ריכטער צו די פאראייניגטע שטאטן דיסטריקט געריכטן.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אברהם לינקאלן איז געבוירן געווארן דעם 12טן פעברואר 1809 אין האדזשנוויל, קענטאקי, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. זיינע עלטערן, טאמאס לינקאלן און נענסי (הענקס) זענען געווען ארעמע מענטשן.[3] אברהם האט געהאט איין ברודער און איין שוועסטער; דער ברודער איז געשטארבן יונגערהייט. זיי זענען אויפגעוואקסן אין א קלעצער־ביידער, וואס האט געהאט נאר איין צימער. כאטש אין יענער צייט איז שקלאפעריי געווען געזעצלעך אין קענטאקי, האט לינקאלנ׳ס פאטער, א רעליגיעזער באפטיסט, זיך אפגעזאגט פון האלטן שקלאפן.

ווען לינקאלן איז געווען אלט זיבן יאר האט זיך די משפחה געצויגן אין דער אינדיאנע. שפעטער האבן זיי זיך געצויגן קיין אילינוי.[4] אין זיין קינדהייט האט לינקאלן געהאלפן זיין פאטער אויפן פאַרם. ביי דער עלטער פון 22 יאר האט ער פארלאזט זיין היים און האט זיך געצויגן אין ניי סעלעם, אילינוי, וואו ער האט געארבעט אין א קראם.[5] שפעטער האט ער געזאגט אז ער האט געלערנט אין דער שולע אינגאנצן נאר איין יאר, אבער דאס איז שוין געווען גענוג צו לערנען ליינען, שרייבן און חשבון.

ווען ער איז געווען אלט 21 האט ער געארבעט אויף א פלאכשיפל וואס האט געטראגן פראכט.

אין 1842 האט ער געהייראט מערי טאד. זיי האבן געהאט פיר קינדער, אבער דריי זענען געשטארבן יונגערהייט.[6] מען פלעג רופן לינקאלן ״אייב לינקאלן״ אדער ״אנעסט אייב״ (Honest Abe, ערלעכער אייב) נאך א מעשה ווען ער האט האט נאכגעלאפן א קונד עטלעכע קילאמעטער צו געבן אים רעשט.

אנהייב פאליטישע קאריערע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לינקאלן האט אנגעהויבן זיין פאליטישע קאריערע אין 1832 ווען ער האט זיך קאנדידירט פאר דער אילינוי אלגעמיינער פארזאמלונג, אבער ער איז נישט געוויילט געווארן. ער האט געדינט ווי א קאפיטאן אין דער אילינוי מיליץ בשעת דער בלעק האק קריג, א קריג קעגן אינדיאנער שבטים. אין יאר 1837 האט ער זיך געצויגן קיין ספרינגפילד, האט ער אנגעהויבן ארבעטן אלס אדוואקאט. ער איז געווארן איינער פון די מערסט געערטע אדוואקאטן אין אילינוי.[7][8] אין 1837 איז ער געווארן א מיטגליד אין דער אילינוי אלגעמיינער פארזאמלונג, און ער האט פראטעסטירט קעגן א רעזאלוציע אז וואשינגטאן קען נישט אוועקמאכן שקלאפעריי.[9][10]

אין 1841, האט ער געוואונען א פראצעס (ביילי קעגן קראמוועל) וואו ער האט רעפרעזענטירט א שווארצע פרוי וואס האט גע׳טענה׳ט אז מען האט זי באפרייט און דערפאר האט מען נישט געקענט פארקויפן זי פאר א שקלאף. אין 1847, האט ער פארלוירן א פראצעס (מאטסאן קעגן ראדערפארד) וואו ער האט רעפרעזענטירט א שקלאף־אייגענטומער, ראבערט מאטסאן, וואס האט געמאנט אז מען זאל אים צוריקגעבען זיינע אנטלאפענע שקלאפן.

אין 1846 איז לינקאלן געווארן א מיטגליד אין דער וויג פארטיי, און איז געווארן געוויילט אויף איין קאדענץ צום הויז פון רעפרעזאנטיוון. דערנאך האט ער געארבעט אלס אדוואקאט און האט זיך נישט געמישט אין פאליטיק. אין 1854 האט ער באטייליגט אין דער נייער רעפובליקאנער פארטיי וואס מען האט פארמירט אקעגן דער פארברייטערונג פון שקלאפעריי. ווען לינקאלן איז געלאפן פארן סענאט אין 1858 קעגן סטיוון דאגלאס, האט דאגלאס געזיגט.

די רעפובליקאנער פארטיי האבן אים נאמינירט פאר די פרעזידענט וואלן אין 1860.[11]

פרעזידענטשאפט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

Thin man looking to the right wearing a bow tie.
א געמעל פון קאנדידאט אבראהאם לינקאלן

מען האט געוויילט לינקאלן ווי קאנדידאט פאר די פרעזידענט וואלן אין 1860 פאר פארשידענע אורזאכן. צווישן זיי זענען אז זיינע מיינונגען וועגן שקלאפעריי ווי אנדערע מענטשן וואס האבן זיך געוואלט קאנדידירן. לינקאלן איז געקומען פון וואס איז דעמאלסט געווען פון איינעם פון די מערבדיקע שטאטן, און האט געהאט א בעסערע שאנס צו געווינען די וואלן דארט. אנדערע קאנדידאטן וואס זענען געווען עלטער אדער האבן געהאט מער דערפארונג ווי ער האבן אבער געהאט שונאים אין דער פארטיי.[12][13] לינקאלנ׳ס פאמיליע זענען געווען ארעם, וואס האט צוגעלייגט צו דער רעפובליקאנער פאזיציע פון פרייעט ארבעט, פארקערט ווי שקלאפן־ארבעט. לינקאלן האט געזיגט אין די וואלן פון 1860, און איז געווארן דער 16טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. ער האט געזיגט אבער מיט כמעט קיין שטימען אין דעם דרום. צום ערשטן מאל האט א פרעזידענט געוואונען די וואלן צוליב דעם שטארקן שטיץ וואס ער האט באקומען פון די שטאטן אין צפון.[13] אין די יארן פון זיין פרעזידענטשאפט איז לינקאלן געווארן גוט באקאנט וועגן דעם הויכן צילינדער וואס ער האט געטראגן. ער האט געניצט דעם קאפעליוש צו האלטן דאקומענטן בשעת ווען ער איז ארומגעפארן.[14]

דער בירגערקריג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס ערשטע פאטאגראפיע־בילד פונעם נייעם פרעזידענט

נאכדעם וואס לינקאלן איז געוויילט געווארן אין 1860, האבן זיבן שטאטן (דרום קאראליינע, מיסיסיפי, אלאבאמא, פלארידע, דזשארדזיע, טעקסאס און לואיזיאנע) פארמירט די קאנפעדערירטע שטאטן פון אמעריקע, און האבן זיך באזונדערט פון די פאראייניגטע שטאן (די פאראייניקונג). די פאראייניקונג האט געהאט א פעסטונג, פֿארט סאמטער, וואס האט זיך געפונען אין טשארלסטאן, דרום קאראליינע; די קאנפעדעראציע האט געוואלט איבערנעמען די פעסטונג אבער די פאראייניקונג האט נישט מסכים געווען. האבן די קאנפעדערירטע אטאקירט די פעסטונג, און אזוי האט אנגעהויבן דער אמעריקאנער בירגערקריג . דערנאך האבן נאך פיר שטאטן (ארקענסא, ווירדזשיניע, טענעסי און צפון קאראליינע) מיטגעטיילט מיט דער קאנפעדעראציע, עלף אינגאנצן. דורכאויס זיין תקופה אלס פרעזידענט האט לינקאלן געדארפט ווידערבויען די פאראייניקונג מיט מיליטערישער מאכט און פיל בלוטיקע קאמפן. אויך האט ער געדארפט אפהאלטן די ״גרענעץ שטאטן״, ווי קענטאקי, מיזורי און מערילאנד, פון פארלאן די פאראייניקונג מיטצוטיילן מיט דער קאנפעדעראציע.

לינקאלן איז נישט געווען קיין גענעראל, און איז געווען אין דער מיליטער נאר א קורצע צייט בשעת דעם שווארצער-פֿאַלק קריג.[15] דאך האט ער גענומען א היבשע ראלע אין דער מלחמה, און אפטמאל איז ער געבליבן טאג נאך א טאג אין דעם מלחמה־דעפארטמענט. זיין פלאן איז געווען אפצוהאקן דעם דרום דורך ארומנעמען אים מיט שיפן, קאנטראלירן דעם מיסיסיפי טייך, און אייננעמען ריטשמאנד, די קאנפעדעראציע הויפטשטאט. ער האט זיך אפט צונויפגעשטויסט מיט גענעראלן אין פעלד, ספעציעל מיט דזשארדזש מאקלעלאן, און האט אפגעזאגט גענעראל וואס האבן פארלוירן קאמפֿן אדער זענען נישט געווען גענוג אגרעסיוו. עווענטועל, האט ער באשטימט יוליסיס ס גראנט דעם הויפט גענעראל אין דער ארמיי.

אנדענק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לינקאלן איז איינער פון די פיר פרעזידענטן וואס זייער פארטרעט איז איינגעקריצט אויף דעם נאציאנאלן אנדענק־מאנומענט אויף בארג ראשמאר.

אין וואשינגטאן די.סי איז פארהאן א גרויסע שיינע געדענקמאל וואס איז געבויעט געווארן אין זיין עהרע.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. William A. Pencak (2009). Encyclopedia of the Veteran in America. ABC-CLIO, 222. ISBN 978-0-313-08759-2. 
  2. Toward a Usable Past: Liberty Under State Constitutions. U of Georgia Press, 388. 
  3. Thornton, Brian (‏31סטן אקטאבער, 2005). 101 things you didn't know about Lincoln: loves and losses, political power (אויף ענגליש). Adams Media. ISBN 978-1-59337-399-3. 
  4. Lincoln Trail Homestead State Park. Abraham Lincoln Online. דערגרייכט דעם 2008-05-21.
  5. Fehrenbacher, Don (1989). Speeches and Writings 1859-1865. Library of America, 163. 
  6. Goodwin, Doris Kearns (2005). Team of Rivals. New York, NY: Simon & Schuster, Inc.. 
  7. Frank, John (1991). Lincoln as a Lawyer. Americana House. ISBN 0962529028. 
  8. Biography of Lincoln. Quotable Lincoln. דערגרייכט דעם 2009-08-28.
  9. Lincoln on Slavery. דערגרייכט דעם 2009-11-15.
  10. Protest in Illinois Legislature on Slavery. University of Michigan Library (‏1937-03-03). דערגרייכט דעם 2009-11-15.
  11. Abraham Lincoln. history.com.
  12. Boritt, Gabor S. (1997). Why the Civil War Came. Oxford University Press, 3–30. ISBN 0195113764. 
  13. a b Blum, John M. (1981). Team of Rivals. New York, NY: Harcourt Brace Jovanovich, 340—342. 
  14. Abe Lincoln's Hat Step into Reading Books Series A Step 2 Book by Martha Brenner Books at epinions.com
  15. "Captain Abraham Lincoln", Illinois State Military Museum, Illinois National Guard, דערגרייכט דעם 12טן אפריל, 2009.