דרום אמעריקע
פֿון װיקיפּעדיע
| שטח | 17,840,000 ק"מ2 |
| באפעלקערונג | 382,000,000 |
| לענדער | 12 |
| שפראכן | פארטוגעזיש, שפאניש, האלענדיש, ענגליש |
| צייט זאנעס | UTC-2 ביז UTC-5 |
דרום אַמעריקע איז אַ קאָנטינענט אין דעם מערבֿדיקן האלבקײַלעך, דרום פון צפון אמעריקע; דער פאנאמא קאנאל צעשייד צווישן זיי. צו מזרח פון דרום אמעריקע געפינט זיך דער אטלאנטישער אקעאן און צו מערב דער פאציפישער אקעאן.
אינהאַלט |
לענדער[באַאַרבעטן]
די לענדער אין דרום אמעריקע זײנען:
- אורוגװײַ
- אַרגענטינע
- בראַזיל
- גויאַנע
- װענעזװעלע
- טשילע
- סורינאַם
- עקװאַדאָר
- פּערו
- פֿראַנצויזישע גויאַנע
- קאָלאָמביע
- פּאַראַגװײַ
קלימאט[באַאַרבעטן]
דער קלימאט אין דרום אמעריקע איז מערסטנס טראפיש. אין דעם מדבר רעגנט עס נישט אבער אין די בערג רעגנט עס ביז 200 צ"מ. די טעמפעראטור ווענדט זיך אויך—אין די בערג 15ºC אבער 40ºC אין די טראפישע געגנטן.
נאטירלעכע רעסורסן[באַאַרבעטן]
די ערד אין בראזיל איז גוט פאר וואקסן קאווע. ס'איז פאראן עטלעכע מינעראלן: אייזן, מאנגאן, גאלד און איידלשטיינער, און אויך אויל.
קולטור[באַאַרבעטן]
דרום אמעריקע האט חשובע שרייבער ווי גבריאל גארסיא מארקעס און כארכע לויס בארכעס.
| קאנטינענטן פון דער וועלט | ||||||
|---|---|---|---|---|---|---|
אזיע |
אפריקע |
אייראפע |
צפון אמעריקע |
דרום אמעריקע |
אויסטראליע |
אנטארקטיקע |
