ארגענטינע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אַרגענטינישע רעפובליק
פאן אַרגענטינע
סימבאָל אַרגענטינע
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד:
אָרט פֿון אַרגענטינע
קאנטינענט דרום אמעריקע
אפיציעלע שפראך שפאניש
הויפטשטאט בווענאס איירעס
רעגירונג פעדעראלישע רעפובליק
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער
קריסטינא פֿערנאַנדעז
גרינדונג דאטום
9טן יולי 1816 (פון שפאניע)
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
2,766,890 קוואדראט ק"מ
8טער
1.1
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

40,482,000 (אפגעשאצט)
33טער
מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $572.860 ביליאן (23סט)
וואלוטע פעסא
צייט זאנע UTC - 3
אינטערנעט דאמען ar.
טעלעפאן קאד 54+

אַרגענטינע (שפאניש: República Argentina) איז אַ לאַנד אין דרום אַמעריקע. איר הױפּטשטאָט איז בוענאס איירעס. זי איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אין דרום אמעריקע לויט פלאך מאס. זי געפינט זיך צווישן די אנדעס בערג אין מערב און דעם דרום אטלאנטישן אקעאן אין מזרח. זי גרענעצט פאראגוויי און באליוויע צו צפון, בראזיל און אורוגוויי צו צפון־מזרח, און טשילע צו מערב און דרום.

דער נאמען "ארגענטינע" שטאמט פון לאטייניש וואס מיינט זילבער, אלס דעם וואס דער ערשטער מענטש וואס האט אנפלעקט די געביט אין יאר 1516 איז געפארן דארט צו זוכן זילבער.

געאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ארגענטינע איז לאנג 3,900 ק"מ (2,500 מייל) פון צפון צו דרום, און 1,400 ק"מ (870 מייל) פון מזרח צו מערב (מאקסימום).

דער העכסטער פונקט אין ארגענטינע איבערן ים שפיגל איז הויך 6,962 מעטער, אין מענדאזא.

עקאנאמיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ארגענטינע האט נאטירלעכע רעסורסן בשפע, א גוט געבילדעטע באפעלקערונג, אן עקספארט אריענטירטן לאנדווירטשאפט סעקטאר און א דיווערציפיזירטע אינדוסטריעלע באזע.

טראנספארט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אויטאסטראד אין בווענאס איירעס (Av. General Paz)
Salta.
א פראכט שיף פארן ראזאַריא-וויקטאריא בריק.


ארגענטינע האט מער ווי 230,000 ק"מ (144,000 מייל) פון גאסן (אחוץ פריוואטע דארפישע גאסן), פון זיי 72,000 ק"מ (45,000 מייל) זענען ברוקירט[1] און 1,575 ק"מ (980 מייל) זענען אויטאסטראדן.[2] עטלעכע הויפט שטעט זענען באהאפטן דורך פילשפאלירן אויטאסטראדן און מ'האלט אין איין בויען מער.[3] איבערן גאנצן לאנד זענען 9.2 מיליאן וואגנס איינגעשריבן אין 2008 (230 פאר א 1000 באפעלקערונג).[4]

דאס באן נעצווערק האט אינגאנצן א לענג פון 34,059 ק"מ (21,170 מייל).[5] נאך יארצענדליגער מיט א דינסט וואס איז געווארן כסדר אפגעשוואכט און אומגענוג אויפהאלטונג , האט מען פארמאכט די מערסטע צווישנשטעטיגע פאסאזשיר דינסטן אין 1992 ווען מ'האט פריוואטיזירט די באן געזעלשאפט, און טויזנטער ק"מ פון שינעס (נישט גערעכנט אויבן) זענען ארויס פון באניץ. צווישנשטעטיגע באן דינסטן ווערן ווידער-אקטיווירט, און אויך די בווענאס איירעס אונטערגרונט באן ווערט שטארק באניצט.

די בווענאס איירעס מעטרא, וואס האט אנגעהויבן אין 1913, איז געווען די ערשטע אונטערגרונט סיסטעם אין לאטיין אמעריקע און דעם דרום האלבגלאבוס.[6] אויף אירע 55 ק"מ פון גערעלסן פארן קנאפע 900,000 פאסאזשירן טאג טעגלעך.[7]

ארגענטינע האט אומגעפער 11000 ק"מ פון שיפֿיקע וואסער וועגן, וואס טראגן מער פראכט ווי די באנען.[8] דאס איז כולל א ברייט נעצווערק פון קאנאלן. ארגענטינע האט בריווח נאטירלעכע וואסער וועגן; די מערסטע באקאנטע זענען די ריא דע לא פלאטא, פאראנא, אורוגוויי, ריא נעגרא און פאראגוויי טייכן.

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. http://www.adefa.com.ar/anuario_2007/fscommand/complementary_data.pdf
  2. http://www.grupopayne.com.ar/archivo/01/0112/011211/institucionales/institucionales.html
  3. La república digital. Se dará inicio a las obras de la Autopista Mesopotámica. דערגרייכט דעם 14 February 2008.
  4. DNRPA
  5. Argentina.gov.ar
  6. Buenos Aires Transport Subway
  7. Política Económica - Página Principal
  8. Encyclopedia Britannica, Book of the Year (various issues): statistical appendix.