פויבסט

פֿון װיקיפּעדיע
דער פויבסט בענעדיקט
  • דער פּױבּסט אדער פּאַפּסט איז דער העכסטער רעליגיעזער גלח פון קאטאליקן.
  • דער פויבסט וואוינט אינעם וואטיקאן אין רוים, און דארט פירט ער אן מיט די קאטוישלישע רעליגיע איבער דער גארער וועלט.
  • עס זענען פאראן א געשאצטע ביליאן מענטשן, וועלכע אנערקענען דעם פויבסט אלס זייער העכסטער רעליגיעזער פירער.

ווי אזוי ווערט מען א פויבסט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין וואטיקאן איז דא א שטרענגער געזעץ, אז קיינער קען נישט פארטרעטן קיין שום שטעלע, אן דער הסכמה פונעם וואטיקאן. דאס געזעץ גילט יעדן גלח, בישאף, ארציבישאף, קארדינאל און גייט ביזן פויבסט זעלבסט.

דער פויבסט קען נישט ווערן אויסדערוויילט צו זיין פאזיציע, נאר דורך ספעציעלע וואלן אין וועלכן נאר קארדינאלן קענען שטימען. די שטימען זענען אין שטארקן געהיים, און קיין שום געהילף אדער פרעמדער פערשוין טאר נישט דארט זיין ביים ערוויילן א פויבסט.