דרום אקעאן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
אקעאנען פון דער וועלט
דער דרום אקעאן

דער דרום אקעאן איז דער פערט-גרעסטער ים אויף דער וועלט. דעם נאמען דרום אָקעאַן האט מען געגעבן אפיציעל נאר אין 2000, אבער מען ניצט דעם נאמען שוין 200 יאר. דער דרום אקעאן איז דער אקעאן ארום אנטארקטיקע וואו קאלט וואסער פליסט צפונדיק צו מישן זיך מיט ווארעמער וואסער פון די פאציפישן, אטלאנטישן און אינדישן אקעאנען.

מען נעמט אן אז דער דרום אקעאן ציט זיך פון דער 60ºS גארטל ליניע צו דרום.

נישט אלע זענען מסכים צו דער דעפיניציע. אינעם פאראייניגטן קעניגרייך מעסט מען דעם דרום אקעאן פון דער 55ºS גארטל ליניע. אין אויסטראלישע מאפעס ווייזט מען דער דרום אקעאן ביז דעם דרום בארטן פון אויסטראליע. אנדערע האלטן אז דער גרענעץ פונעם דרום אקעאן איז דער ארום־אנטארקטישער שטראם, וואס ענדערט זיך ווערנט דעם יאר.

דער אקעאן איז טיף פון 4000 ביז 5000 מעטער. דער טעמפעראטור פונעם אקעאן איז פון 2- ביז 10 ºC.