פאנאמא

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
רעפובליק פון פאנאמא
(שפאניש) República de Panamá
פאן פאנאמא
סימבאָל פאנאמא
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד:
אָרט פֿון פאנאמא
קאנטינענט אמעריקע
אפיציעלע שפראך שפאניש
הויפטשטאט פאנאמא סיטי
8°58′N 79°32′W / 8.967, -79.533
רעגירונג רעפובליק
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער
ריקארדא מארטיניי
גרינדונג דאטום
3טן נאוועמבער 1903 (פון קאלאמביע)
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
75,517 קוואדראט ק"מ
118
2.9%
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

3,405,813 (מיי 2010)

44.5 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $44.360 ביליאן
וואלוטע באלבאא
צייט זאנע 5-
אינטערנעט דאמען pa.
טעלעפאן קאד 507+

פאנאמא (ענגליש: Panama), אפיציעל די רעפובליק פון פאנאמא (שפאניש: República de Panamá), איז דאס דרומסטע לאנד פון צענטראלער אמעריקע און ממילא פון צפון אמעריקע. פלאצירט אויפן איסטמאס צווישן צפון און דרום אמעריקע, פאנאמא האט גרענעצן מיט קאסטא ריקא צו צפון־מערב, קאלאמביע צו דרום־מזרח, דעם קאראאיבישן ים צו צפון און און דעם פאציפישן אקעאן צו דרום. די הויפטשטאט איז פאנאמא סיטי.

די שפאנישע האבן אויסגעפארשט און באזעצט דאס לאנד אינעם 16טן יארהונדערט. אין 1821 האט פאנאמא זיך געשיידט פון שפאניע און זיך פארבינדן אין א פארבאנד מיט קאלאמביע, עקוואדאר און ווענעזועלע, וואס האט געהייסן די רעפובליק פון גראן קאלאמביע. ווען גראן קאלאמביע האט זיך צעטיילט אין 1830, איז פאנאמא געבליבן א טייל פון קאלאמביע. אין 1903 האט פאנאמא ארויסגעטרעטן פון קאלאמביע.

צווישן 1904 און 1914 האבן די אמעריקאנער ארמיי אינזשענירן געבויט דעם פאנאמא קאנאל. אין 1977 האט מען אונטערגעשריבן אן אפמאך צווישן פאנאמא און די פאראייניגטע שטאטן אריבגערצוגעבן דעם קאנאל צו פאנאמא ביזן סוף פונעם יארהונדערט.[1]

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. CIA – The World Factbook. Cia.gov. דערגרייכט דעם 2010-12-23.