ערד-פלאנעט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
אַנימאַציע פון דער באַוועגונג פון ערד אַרום זייַן אַקס

ערד-פלאנעט (ענגליש: Earth) איז א וועלט וואס איז אויף איר פלאצירט לעבעדיקע באשעפענישן. די וועלט אדער ערד פלאנעט איז איינער פון די פלאנעטן פֿון דער זון סיסטעם די דריטער ווייטסטער פון דער זון און דער פינפטער גרעסטער אין דיאמעטער. די ווייטקייט פון דער ערד צו דער זון איז געשאצט אויף 92,897,000 מייל (149,503,000 קילאמעטער). ער איז דער איינציגסטער פלאנעט וואס שטיצט לעבן כאטש אנדערע פלאנעטן האבן אויך אטמאספערע און וואסער. אויף דער ערד לעבן מיליאנען זגאלן, כולל מענטשן.

צוליב דער אזאן שיכטע און דער ערד'ס מאגנעטישן פעלד, ווערט די ערד געשיצט פון שעדיקע שטראלונג פון דער זון, און אזוי איז לעבן מעגלעך אויף דער ערד.

די גרויסע מאסע פון דער זון שאפט א גראוויטאציע־קראפט דורך וואס די ערד פארט ארום דער זון. אזוי אויך גייט די לבנה ארום דער ערד.

די ערד דרייט זיך איין מאל יעדן טאג, דערפאר קערט אן אנדער טייל פון דער ערד צו דער זון אין אנדערע צייטן. די צייט וואס עס דויערט די ערד צו דרייען אינגאנצן הייסט א "טאג". די ערד גייט ארום דער זון איין מאל א "יאר", וואס איז לאנג ¼365 טעג.

די לבנה גייט ארום דער ערד איין מאל אין ⅓27 טעג, און שפיגלט אפ ליכט פון דער זון.

עטימאלאגיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס ווארט "ערד" אין יידיש איז ענלעך צו די ווערטער וואס מען ניצט אין אלע גערמאנישע שפראכן: ווי האלענדיש aarde, דייטשיש Erde, און שוועדיש, נארוועגיש און דעניש jord.

צוזאמנשטעל און סטרוקטור[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – ערד וויסנשאפט

די ערד איז אן ערדישער פלאנעט, ד.ה. זי איז צוזאמנגעשטעלט מיט שטיינער, ענדערשט ווי א גאז ריז ווי יופיטער. זי איז די גרעסטע פון די פיר ערדישע פלאנעטן ארום דער זון, סיי אין גרייס סיי אין מאסע. פון די פיר פלאנעטן האט די ערד די גרעסטע געדעכטקייט, די העכסטע אויבערפלאך גראוויטאציע, דאס שטערקסטע מאגנעטישע פעלד, און די גיכסטע ראטאציע.[1]

די ערד, ווי מיר רופן זי ערד קוגל, איז פאקטיש נישט הונדערט פראצענט רונדיג, זי האט די פארעם פון א פלאכן ספערויד. זי איז 26 מייל לענגער אין דער ברייט ווי אין דער לענג (צווישן דעם צפון פאלוס און דעם דרום פאלוס). די וועלט לויפט ארום אין קאסמאס מיט א שנעלקייט פון 66,000 מייל פער שטונדע (אגב, עס איז נישט דא קיין שום מחלוקה דערין ווי טייל מענטשן מיינען) . דאס האט מען ערשט אויסגעפינען ווען מען האט די ערשטע מאל דערגרייכט אויף דער לבנה מיט סאטעליט טעכנאלאגיע.

דער נידריקסטער פונקט אויף דער ערד איז 418- מעטער ביים ים המלח, און דער העכסטער פונקט איז דער שפיץ פונעם עווערעסט בארג, געשאצט 8,848 מעטער. די דורכשניט הייך פון דער ערד איבערן ים פלאך איז 840 מעטער.

די יבשה פון דער ערד ווערט צעטיילט אין זיבן קאנטינענטן: אויסטראליע, אזיע, אייראפע, אנטארקטיקע, צפון און דרום אמעריקע, און אפריקע, און פארשידענע ימען. אויך קען די ערד ווערן צעטיילט אינעם צפון און דרום האלבקיילעכער, צענטרירט אויף די צוויי פאלוסן. (מען רעדט אויך וועגן די מזרח און מערב האלבקיילעכער, אבער דאס איז נישט קיין געאגראפישן באגריף.)


עלטער פון דער ערד[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ווי אלט די ערד איז איז איינע פון די גרעסטע דעבאטעס אין וויסנשאפט און אין רעליגיע מיט טויזנטער ווערסיעס. רוב מאדערנע וויסנשאפטלער גלייבן אז די וועלט איז פארמירט געווארן בערך 15 מיליארד יאר צוריק און די לבנה האט אנגעהויבן צירקולירן ארום דער וועלט בערך 4.53 ביליאן יאר צוריק. לויט דער אידישער רעליגיע איז די וועלט באשאפן געווארן 5769 יאר צוריק און האט נאך אינגאנצן 231 יאר צו שטיין.

די וויסנשאפטלעכע חשבונות זענען געבויט אויף די שטיינער פון דער וועלט וועלכע איז די איינציגסטע זאך וואס איז נאך היינט פארבליבן פון דער וועלט'ס באשאפונג. זיי מעסטן די שטיינער און לויט דער צייט עס אז טייל פון זיי זענען אלט איבער 4 ביליאן יאר.

צו פארענטפערן וויסנשאפט האבן אידן גענוצט פיר תירוצים:

1) דער מבול האט פארעלטערט די וועלט דורך איר שטארקן כוח ווי עס שטייט אין די תורה: "וימח את כל היקום" און דאס צייגט ביליאנען יאר אלט. עס דארף נישט דוקא זיין די מבול, לויט די וויסנשאפטלער איז דא קליינע אויפרייסענישן וואס מאכט אז דער וועלט זאל אויסקוקן עלטער.

2) די וועלט איז באשאפן געווארן אן אלטע וועלט געפארטיגט מיט פלאנצונגען און אלטע שטיינער.

3) דאס וואס שטייט אין דער תורה אז די וועלט איז באשאפן געווארן אין 6 טעג זאגן א חלק פון די מקובלים אז עס מיינט געוויס אנדערע טעג ווי מיר האבן היינט נישט טעג פון 24 שעה און עס האט מעגליך געקענט זיין אזוי לאנג ווי מיליאנען יארן. א באווייז אויף דער טעאריע איז אז דער וועלט איז באשאפן געווארן כ"ה אלול קומט אויס אז דער זעקסטער טאג וואס אין דעם טאג איז אדם הראשון באשאפן געווארן איז ראש השנה ממילא קומט אויס אז ווען אונז רעכענען ראש השנה נאך א יאר איז פון ראש השנה וואס אדם הראשון איז געבוירן געווארן און וואס עס איז געווען פאר דעם איז מען מסביר אז עס איז געווען גאנץ אן אנדער מציאות אזוי ווי עס שטייט אין רמב"ן אז אין א געוויסע פונקט איז באשאפן געווארן די צייט. די טעאריע פון אנדערע טעג ווערט אויך געברענגט אין פריערדיגע ספרי צדיקים אויף משיח'ס קומען ווען א טאג וועט זיין ווי היינט א יאר אדער מער.

4) "בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ. והארץ היתה תוהו ובוהו"... און ביליאנען יאר שפעטער איז געווען די "ויאמר אלקים יהי אור ויהי אור".

ווי פיל צייט שטייט שוין די וועלט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

לויט די פארשערס 13.7 מיליארד יאר. און לויט דער תורה שטייט זי באלד 6,000 יאר.

לעבן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די ערד איז די איינציגע סביבה וואו (לויטן היינטיקן וויסן) ס'איז דא לעבן. ארום דער ערד איז דא אן אטמאספעאר וואס אנטהאלט זויערשטאף, דער וויכסטיקער מיטל פאר לעבן, און ארום דעם זויערשטאף איז דא א שיכט פון אזאן וואס שיצט קעגן שעדלעכער ראדיאציע.

לופט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די ערד איז ארומעגענומען מיט לופט, וואס איז 78% אזאט, 21% זויערשטאף און א קליינער טייל אנדערע גאזן. די גראוויטאציע פון דער ערד פועלט אז די לופט זאל נישט אוועקגיין אינעם קאסמאס.

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. Stern, David P. (2001-11-25). Planetary Magnetism. NASA. דערגרייכט דעם 2007-04-01.
די זון סיסטעם
 
זון סיסטעם XXVII.png
די זון · מערקור · ווענוס · ערד · מאדים · צערעס · יופיטער · סאטורן · אוראנוס · נעפטון · פלוטאן · עריס
פלאנעטן · קארליק פלאנעטן · לבנות: ערדיש · Martian · אסטערוידיש · Jovian · Saturnian · Uranian · Neptunian · Plutonian · Eridian
SSSBs:   מעטעארוידן· אסטערוידן (אסטערויד פאס) · Centaurs · TNOs (קופער פאס/Scattered disc) · קאמעטן (אורט וואלקן)
See also astronomical objects and the solar system's list of objects, sorted by radius or mass.
רשימה פֿון פּלאַנעטן