פלאנעט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
די זון סיסטעם.

א פלאנעט (פון גריכיש Πλανήτης, "וואנדערער") איז א הימלישער קערפער וואס ארביטירט ארום דער זון אדער א שטערן.

א פלאנעט איז דעפינירט דורכן אינטערנאציאנאלן אסטראנאמישן פארבאנד (IAU) אזוי:

א הימלישער קערפער, אין דער זון סיסטעם[1],

(א) ארביטירט ארום דער זון;
(ב) זיין מאסע איז גענוג גרויס אז עס איז קיילעכדיג פון דער אייגענער כח המשיכה;
(ג) ער רוימט אוועק פון זיין אָרביט אנדערע קערפערלעך;

אדער דרויסן פון דער זון סיסטעם[2],

(1) געפינט זיך אין אן ארביט ארום א שטערן אדער דער רעשט פון א שטערן;
(2) זיין מאסע איז צו קליין צו שאפן א קערנשמעלצונג;
(3) זיין מאסע איז גענוג גרויס צו זיין א פלאנעט אין אונזער זון סיסטעם;

די דעפיניציע פון א פלאנעט אין דער זון סיסטעם איז הערשט אנגענומען געווארן אום 2006, אבער די דעפיניציע פון א פלאנעט מחוץ דער זון סיסטעם איז שוין אנגענומען געווארן אום 2003.

[באַאַרבעטן] פלאנעטן אין דער זון סיסטעם

לויט די היינטיגע דעפיניציעס זענען דא אין דער זון סיסטעם דריי ערליי קערפער:

  1. פלאנעטן;
  2. קארליק פלאנעטן;
  3. קליינע קערפער אין דער זון סיסטעם (אסטערוידן, קאמעט, א.א.וו.);

די אכט פלאנעטן זענען: פיר ערדישע פלאנעטן מערקור, ווענוס, ערד פלאנעט, מאדים, און פיר גאז ריזן יופיטער, סאטורן, אוראנוס און נעפטון - די לעצטע צוויי רופט מען אייז ריזן.

די פלאנעטן פון דער זון סיסטעם ווערן קלאסיפיצירט אין דריי קאטעגאריעס:

  • ערדישע פלאנעטן - די פלאנעטן וואס זענען ענלעך צום ערד־פלאנעט, וואס זענען צוזאמענגעשטעלט בעיקר פון שטיינערים. די קאטעגאריע שליסט איין מערקור, ווענוס, די ערד און מאדים; אז מען רעכנט אריין אין דער קאטעגאריע אויך קארליק פלאנעטן דארף מען מיטרעכענען צערעס און די אסטערוידן.
  • גאז ריזן - די פלאנעטן באשטייען בעיקר פון גאזן און זענען אסאך ווייניגער געדיכט ווי די ערדישע פלאנעטן. די קאטעגאריע שליסט איין יופיטער, ה, אוראנוס און נעפטון.
  • איבערננפטונישע קערפער - די זענען די קערפער וואס געפינען זיך ווייטער פון דער זון ווי דער ארביט פון נעפטון. די קאטעגאריע שליסט איין די קארליק פלאנעטן פלוטאן, עריס, האומעע און מאקע-מאקע.

[באַאַרבעטן] זעט אויך

[באַאַרבעטן] רעפערענצן

  1. אלגעמיינע אסיפה פון דעם אינטערנאציאנאלן אסטראנאמישן פארבאנד – אויגוסט 2006: רעזולטאט פון דער אפשטימונג - IAU אוגוסט 2006. (אויף ענגליש)
  2. ארבעט גרופע אין עבודה וועגן פלאנעטן מחוץ דער זון סיסטעם (WGESP) פון דעם - IAU פעברואר 2001, צוריקבאקומען מיי 2006. (אויף ענגליש)
די זון סיסטעם
 
זון סיסטעם XXVII.png
די זון · מערקור · ווענוס · ערד · מאדים · צערעס · יופיטער · סאטורן · אוראנוס · נעפטון · פלוטאן · עריס
פלאנעטן · קארליק פלאנעטן · לבנות: ערדיש · Martian · אסטערוידיש · Jovian · Saturnian · Uranian · Neptunian · Plutonian · Eridian
SSSBs:   מעטעארוידן· אסטערוידן (אסטערויד פאס) · Centaurs · TNOs (קופער פאס/Scattered disc) · קאמעטן (אורט וואלקן)
See also astronomical objects and the solar system's list of objects, sorted by radius or mass.
רשימה פֿון פּלאַנעטן

פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן