ספערויד

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

א ספֿערויד (אויך ספֿעראאיד), אדער ראטאַציע עליפסויד, איז אן אייבערפלאך וואס מען באקומט פון ארומדרייען אן עליפס ארום איינעם פון זיינע הויפט אַקסן, ד"ה אן עליפסויד וואס האט צוויי האלב־דיאמעטערס גלייך.

אינעם פאל וואס מען דרייט דעם עליפס ארום זיין גרעסערן אקס, באקומט מען א ספערויד אזוי ווי א ראַגבי באל; אינעם פאל וואס מען דריים אים ארום זיין קלענערן אקס, באקומט מען א פלאכן ספערויד אזוי א לינז. טאמער דער עליפס איז א קרייז, ווערט געשאפן א קיילעך.

צוליב גראוויטאציע און די ראטאציע פון דער ערד, האט זי די פארעם פון א קיילעך וואס איז א ביסל פלאך אויף איר אַקס, דערפאר ווערט זי גערעכנט ווי א פלאכער ספערויד.

גלייכונג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די האלב־אקסן פון א ספערויד: פלאך ווען c<a און שפיציק וועןc>a.

די גלייכונג פון א ספערויד וואס האט דעם סימעטריע־אַקס Oz איז:

\frac{x^2+y^2}{a^2}+\frac{z^2}{c^2}=1.

דער האלב־אקס a איז דער עקוואטארישער ראדיוס פונעם ספערויד, און c איז די ווײַט פון צענטער צום פאלוס אויפן סימעטריע־אקס. עס זענען פאראן צוויי פעלער:

  •   c < a  :  אבלאַט ספערויד (פלאך)
  •   c > a  :  פראלאט ספערויד (שפיציק)

דער פאל a=c קומט אויס א קיילעך.