אויסטראליע
| קאמאנוועלט פון אויסטראליע | |||||
|
|||||
| נאציאנאלע זינגליד: | |||||
| קאנטינענט | אויסטראליע | ||||
| אפיציעלע שפראך | |||||
| הויפטשטאט | קאנבערא 35°18′S 149°08′E / -35.3, 149.133 |
||||
| רעגירונג | |||||
| פרעזידענט פרעמיער מיניסטער |
זשוליא גילארד |
||||
| גרינדונג דאטום |
|||||
| פלאך מאס וועלט גראדונג פלאך פראָצענט וואסער |
7,617,930 קוואדראט ק"מ 6טער |
||||
| באפעלקערונג - צאל - וועלט גראדונג - ענגקייט |
מענטשן פאר אַ ק"מ |
||||
| פראדוקט ווערדע | (18ט) |
||||
| וואלוטע | |||||
| צייט זאנע | |||||
| אינטערנעט דאמען | au. | ||||
| טעלעפאן קאד | 61+ | ||||
אויסטראַליע איז אַ לאַנד אין דעם דרום האלבקוגל וואָס נעמט ארײַן די יבשה (פֿונעם קלענסטן קאָנטינענט), דעם אינדזל טאַזמאַניע, און נאָך אַ סך אינדזלען אין די אינדישע און פּאציפֿישע אָקעאַנען. איר הױפּטשטאָט איז קאַנבערע.
דער אײראָפעיִשער ייִשובֿ אין אויסטראַליע האָט זיך אָנגעהויבן ערשט אין דעם 18טן יאָרהונדערט.
זייט 1טן יאנואר 1901, איז אויסטראליע א פעדעראציע מיט זעקס שטאטן און צוויי טעריטאריעס. איר באפעלקערונג איז 22 מיליאן. מיט א שטח פון 7.6 מיליאן קוואדראט ק"מ, איז אויסטראליע דאס זעקסטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט.
אינהאַלט |
עטימאלאגיע [באַאַרבעטן]
דער נאמען אויסטראליע קומט פון לאטיין Australis, אויסטראליס וואס איז טייטש דרום.
פאליטיק [באַאַרבעטן]
אויסטראליע איז צוזאמענגעשטעלט פון זעקס שטאטן און צוויי טעריטאריעס. די זעקס שטאטן זענען:
יעדער שטאַט און טעריטאריע האט זיין אייגענעם פארלאמענט וואס מאכט געזעצן. דער אויסטראלישער פארלאמענט זיצט אין קאנבערע, און מאכט געזעצן פארן גאנצן קאמאנוועלט פון אויסטראליע.
דער הויפט פון דער פעדעראלער רעגירונג איז דער פרעמיער מיניסטער פון אויסטראליע. דער היינטיגער פרעמיער מיניסטער איז זשוליא גילארד, די פירערין פון דער אויסטראלישער לייבאר פארטיי. די אנדערע הויפט פארטיי איז די ליבעראלע פארטיי.
אויסטראליע האט א ראש מלוכה, די מלכה פון אויסטראליע (וואס איז אויך די מלכה פונעם פאראייניגטן קעניגרייך). זי ווערט רעפרעזענטירט דורכן גובערנאטאר־גענעראל, היינט קווענטין ברייס.
עקאנאמיע [באַאַרבעטן]
אויסטראליע האט א פריי מארק עקאנאמיע. די וואלוטע איז דער אויסטראלישער דאלאר. די אויסטראלישע בערזע איז 9טע גרעסטע אין דער וועלט. אויסטראליע האט די 13טע גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט.
געגראפיע [באַאַרבעטן]
לענגאויס דעם מזרח בארטן פון אויסטראליע—לענגער ווי 2,000 ק"מ—געפינט זיך דער גרויסער באריער ריף, וואס איז דער גרעסטער המשך פון קאראל ריפן אין דער וועלט, און דער גרעסטער סטרוקטור אין דער וועלט צאמגעשטעלט פון לעבעדיקע ארגאנימען.
|
אויסטראליע · אונגארן · איסלאנד · אירלאנד · איטאליע · בעלגיע · גריכנלאנד · דייטשלאנד · דענמארק · דרום קארעע · האלאנד · טערקיי · טשילע · טשעכיי · ישראל · יאפאן · לוקסעמבורג · מעקסיקא · ניי זילאנד · נארוועגיע · סלאוואקיי · סלאוועניע · עסטרייך · פארטוגאל · פוילן · פינלאנד · פראנקרייך · קאנאדע · שפאניע · שוועדן · שווייץ · פאראייניגטע קעניגרייך · פאראייניגטע שטאטן |