קאמאנוועלט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

דער קאמאנוועלט פון פעלקער — פריער דער "בריטישער קאמאנוועלט" — איז א לויזע קאנפעדעראציע פון פֿעלקער וואס זענען אמאל געווען מיטגלידער אין דער בריטישער אימפעריע (מיט איין אויסנאם, מאזאמביק, וואס איס געווען א פארטוגעזישער קאלאניע). די מיטגלידערשאפט פונעם קאמאנוועלט איז כולל סיי רעפובליקן און סיי מאנארכיעס. דער הויפט פונעם קאמאנוועלט איז די קעניגין עליזאבעט די צווייטע. זי הערשט אויך גלייך ווי מאנארכקע אין עטלעכע שטאַטן, וואס הייסן "קאמאנוועלט מלוכות", בעיקר דאס פאראייניגטע קעניגרייך, אויסטראליע, קאנאדע, דזשאמייקע און ניי זילאנד.