דזשיימס קוק
פֿון װיקיפּעדיע
קאפיטאן דזשיימס קוק (ענגליש: James Cook), (27סטן אקטאבער 1728 (יוליאנישער קאלענדאר) – 14טן פעברואר 1779) איז געווען אן ענגלישער אויספארשער, נאוויגאטאר און קארטאגראף. ער איז געפארן אויף דריי נסיעות צום פאציפישן אקעאן, און האט אנגעמאפעוועט א סאך אינזלען און בארטן־ליניעס צום ערשטן מאל. ער האט אויסגעטראפן דעם מזרח בארטן פון אויסטראליע און די האוואישע אינזלען.
צוויי מאל אין זיין לעבן איז ער ארומגעפארן די וועלט. ער האט אריבערגעפארן דעם אנטארקטיקן קרייז און האט געפינען נייע אינזלען אינעם דרום פאציפישן אקעאן.