מאנארך

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

א מאנארך איז א מענטש וואס פירט א מאנארכיע, א מין רעגירונג אין וואס א לאנד ווערט געהערשט פון א מענטש ביז זיין טויט, אדער אבדיקאציע. א מאנארך קען זיין אן אויטאקראט אדער קען זיין א צערעמאנישער הויפט פונעם שטאט וואס האט נישט קיין כח, און די אמתע דעה ליגט אין פארלאמענט (דאס רופט מען א קאנסטיטוציעלע מאנארכיע).

מאנארכן האבן פארשידענע טיטלען— מלך אדער מלכה (קעניגן), פרינץ אדער פרינצעסין (למשל דער פרינץ פון מאנאקא), קייסער אדער קייסערינע, אדער אפילו הערצאג אדער גרויסהערצאג (למשל דער גרויסהערצאג פון לוקסעמבורג).