מנחם מענדל שניאורסאהן
| מנחם מענדל שניאורסאהן | |
|---|---|
| לובאוויטשער רבי | |
רבי מנחם שניאורסאהן, ליובאוויטשער רבי |
|
| געבורט | י"א ניסן ה'תרס"ב רוסלענדישע אימפעריע |
| פטירה | ג' תמוז ה'תשנ"ד |
| קבורה ארט | אידישע בית עולם אין ניו יארק |
| חסידות | ליובאוויטש |
| פאריגער | רבי יוסף יצחק שניאורסאהן |
| נאכפאלגער | [קיין] |
| פאטער | רבי לוי יצחק שניאורסאהן |
| מוטער | חנה שניאורסאהן |
רבי מנחם מענדל שניאורסאהן (י"א ניסן ה'תרס"ב - ג' תמוז ה'תשנ"ד) איז געווען דער לעצטער ליובאוויטשער רבי.
רבי מנחם מענדל איז באוואוסט אלס א גאון עולם, א בקי נפלא אין אלע טיילן פון תורה, ווי אויך אן אויסערגעוויינלעכער מלומד אין וועלטלעכע וויסנשאפטן. ער האט רעוואלוציאנירט אידישקייט, שיקנדיק טויזנטער שלוחים איבער דער גאנצער וועלט צו פארשפרייטן תורה און אידישקייט.
אינהאַלט |
[באַאַרבעטן] לעבנסגעשיכטע
רבי מנחם מענדל שניאורסאהן איז געבוירן פרייטיק י"א ניסן ה'תרס"ב (1902) אין דער רוסישער שטאט ניקאלאיעװ (היינט אוקראינע) צו זיין פאטער, רבי לוי יצחק שניאורסאן, וואסאיז געווען דער שטאטס רב פון יעקאטרינעסלאוו צווישן די יארן 1907 - 1939, און זיין מוטער חנה, א טאכטער צום רב פון ניקאלאיעוו, הרב מאיר שלמה יאנאווסקי. זיין פאטער איז געווען זיין הויפט רבי. ער האט געלערנט ש"ס און פוסקים, און אויך קבלה פון א חסידישן שטאנדפונקט. צו זעכצן יאר האט ער אנגעהויבן לערנען מאטעמאטיק.
י"ד כסלו תרפ"ט 1928 האט ער חתונה געהאט מיט חיה מושקא שניאורסאן, די מיטלסטע טאכטער פון דעם זעקסטן לובאוויטשער רבי'ן ריי"ץ. די חתונה איז פארגעקומען אין ווארשע, פוילן; כמעט אלע פוילישע רבי'ס זענען געווען אויף דער חתונה. נאך דער חתונה האט דאס יונגע פאר פאלק געצויגן קיין בערלין. דארטן האט ער שטודירט א שטיק צייט מאטעמאטיק און פילאסאפיע אין אן אוניווערסיטעט.
אין 1933 האט הרב שניאורסאן געצויגן קיין פאריז, דארטן האט ער שטודירט עלעקטרישע אינזשעניריע.[1] אין 1941 איז ער אנטלאפן פון פראנקרייך און אום כ"ח סיון ה'תש"א איז צוגעקומען צו זיין שווער, הרב יוסף יצחק שניאורסאן, אין דעם קרוין הייטס געגנט פון ברוקלין. אין יענער צייט האט ער געארבעט אלס אינזשעניר אין דער אמעריקאנער פלאט.
[באַאַרבעטן] שייכות מיט אנדערע אדמורי"ם
וועגן דעם בעל שם טוב'ס סידור, וואס געהערט אין היסטוריע קיין סקווירא זעט אהרן מנחם מענדל טווערסקי
[באַאַרבעטן] וועבלינקען
- דער רבי ביי א פארברענגן
- א וועב זייטל וועגן דעם רבינ'ס לעבן, מיט וידאס, בילדער, מעשיות און א ביאגרפיע
- דער ליובאווישער רבי אין חב"דפדיה א וועב-ליובאוויטשע-ענציקלאָפּעדיע פון משיחיסטים (אויף העברעיש)