מעכאניק

פֿון װיקיפּעדיע

מעכאניק איז די וויסנשאפט וואס פארנעמט זיך מיטן באשרייבונג און אויספארשונג פון די בעוועגונג פון פיזיקאלישע קערפער אונטער דעם איינפלוס פון קראפטן אדער קראפט פעלדער.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די דריי געזעצן פון ניוטאן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

1. יעדער קערפער וועט אנגיין מיט זיין איצטיגן באוועגונגס צושטאנד (ד.ה. גיכקייט און ריכטונג) ווי לאנג עס ארבעטן נישט אויף אים קיין קראפטן. אין אנדערע ווערטער , אויב דער קערפער איז אין א א צושטאנד פון רוה וועט ער ווייטער רוהען ווי לאנג עס וועלן אויף אים נישט ארבעטן קיינע קראפטן. אויב איז ער אין או צושטאנד פון זיך בעוועגן מיט א געוויסן שנעלקייט , וועט ער אנגיין מיט דעם בעוועגונג און זיך בעוועגן מיט די זעלבע שנעלקייט און אין דעם זעלבן ריכטונג ווי לאנג עס וועט נישט ארבעטן אויף אים א קראפט דאס צו ענדערן.

2. דער קראפט וואס ארבעט אויף א קערפער איז פראפארציאנעל צו זיין פערגיכונג און די מאסע פון דעם אייגנשאפט. אין אנדערע ווערטער , א קראפט ברענגט צו אן ענדערונג אין דעם שנעלקייט (ווי צום ביישפיל פון 1 מייל א שעה צו צוויי מייל א שעה) וואס איז פראפארציאנעל צו דער גרייס פון דעם קראפט, ד.ה. דער שינוי איז גרעסער וואס גרעסער דער קראפט. מיט א געגעבענער קראפט וועט דער ענדערונג זיין קלענער וואס גרעסער די מאסע.

3. אויב א קערפער שאפט א קראפט אויף אן אנדער קערפער וועט יענער קערפער צוריק שאפן א קראפט אויף אים וואס האט די זעלבע שטארקהייט און איז אין דעם פארקערטן ריכטונג.

אפטיילונגען אין מעכאניק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קינעמאטיק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – קינעמאטיק

קינעמאַטיק איז דער באשרייבונג פונעם פיזיקאלישן־קערפער באוועגונג, אָן זיך אפצוגעבן מיט וואס איז דער אורזאך פון דעם באוועגונג.

סטאטיק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – סטאטיק

סטאטיק איז דער פארשונג פון די אומשטאנדען אונטער וועלכע קערפער זיינען אין גלייכגעוויכט.

דינאמיק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – דינאמיק

דינאמיק איז דער פארשונג פון די וועגן אין וועלכער א מעכאנישער סיסטעם ענדערט זיך איבער די צייט.