השגחה פרטית

פֿון װיקיפּעדיע

השגחה פרטית אדער סתם השגחה איז דער תורה באגריף אז א גאט איז משגיח און פאסט אויף אלע טואונגען פון די מענטשן אויף די וועלט, פון עבר הווה און עתיד.

עס איז א מחלוקת הראשונים צו מען מוז גלייבן אין פרטית אז דער באשעפער מישט זיך אין דעטאל צו נאר אין אנפאנג, אבער דער בעל שם טוב האט אנגענומען זייער שטארק אין השגחה פרטית, און געפאדערט זיינע תלמידים צו גלייבן אין השגחה פרטית, נישט נאר אין בעלי חיים נאר אפילו אין בלעטלעך און גראזן אויך.