חיים אלעזר שפירא
רבי חיים אלעזר שפירא זצ"ל (ה' טבת ה'תרל"ב - ב' סיון ה'תרצ"ז), רב אין מונקאטש, באקאנט אלס דער מנחת אלעזר.
אינהאַלט |
אפשטאם[באַאַרבעטן]
רבי חיים אלעזר איז געבוירן אין סטריזשעוו ה' טבת ה'תרל"ב צו זיין פאטער הרב צבי הירש שפירא, רב אין מונקאטש, דער דרכי תשובה, א זון פון הרב שלמה שפירא רב אין מונקאטש, דער שם שלמה, א זון פון הרב אלעזר שפירא רב אין לאנצהוט, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא רב אין דינאוו, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת אסתר א טאכטער פון הרב חנינא הורוויץ פון אוליאנאוו.
רבנות[באַאַרבעטן]
אין עלטער פון צוויי און דרייסיג יאר איז רבי חיים אלעזר שוין געווען ראש בית דין אין מונקאטש נאך די פטירה פון זיין פאטער אין יאר ה'תרע"ד איז רבי חיים אלעזר געווארן רב אין מונקאטש.
הסתלקות[באַאַרבעטן]
רבי חיים אלעזר איז נפטר געווארן ב' סיון ה'תרצ"ז.
פאמיליע[באַאַרבעטן]
רבי חיים אלעזר האט געהייראט אין יאר ה'תרמ"ז בזיווג ראשון מרת חיה חאשא א טאכטער פון הרב שרגא יאיר ראבינאוויץ, אן אייניקל פון הרב יעקב יצחק ראבינאוויץ דער ייד הקדוש פון פשיסחא. אין יאר ה'תרס"ו ווען זיי זענען נאך נישט געהאלפן געווארן מיט קינדער האט ער זי גע'גט.
חשוון ה'תרס"ז האט רבי חיים אלעזר געהייראט בזיווג שני מרת רחל פערל א טאכטער פון הרב יעקב משה סאפרין פון קאמארנא. זייער טאכטער:
- מרת חיה פרומא רבקה (ד' ניסן ה'תרע"ה - כ"ו ניסן ה'תש"ה), די ווייב פון הרב ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש.
- ממלא מקומו - כ"ק אדמו"ר רבי משה לייב ראבינאוויטש שליט"א פון מונקאטש.
זיינע ספרים[באַאַרבעטן]
- אות חיים ושלום - הלכות תפילין ומילה
- נימוקי אורח חיים
- דרכי חיים ושלום
- מאמר זכרון צדיקים - מילי דהספידא
- שער יששכר
- חיים ושלום
- דברי תורה
- חמשה מאמרות
- עולת תמיד - מסכת תמיד
- מסעות ירושלים
- שו"ת מנחת אלעזר
רעפערענצן[באַאַרבעטן]
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר