בנימין זאב הערצל

פֿון װיקיפּעדיע

שפּרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן
‫בנימין זאב הערצל

בנימין זאב הערצל (2 מײַ, 1860 - 3 יולי, 1904) איז געווען א דיפּלאָמאַט און א ייִדישער שרײַבער.

ער איז דער ערפֿינדער פֿון פּאָליטישער ציוניזם און גרינדער פֿון די אַלװעלטלעכער ציוניסטישע באַװעגונג.

[באַאַרבעטן] ביאגראפיע

ער איז געבױרן געװאָרן אין בודאַפּעשט, געלערנט יוריספּרודענץ אין װין, געשריבן דערצײלונגען, פֿעליעטאָנען און פּיעסעס.

צװישן - פֿון די יאָר 1891 ביז צו די יאָר 1895 איז ער געװען דער רעפּאָרטער פֿון די װינער צײַטונג "נױע פֿרײַע פּרעסע" אין פּאַריז. און אין יאר ה'תרנ"ז (1897) האט ער געגרינדעט א ציוניסטישע צייטונג "די וועלט".

אין 1896 האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט דעם העפֿט "ייִדנשטאַט" אין דײַטש און אָנגעהױבן זײַנע פּאָליטישע אָרגאַניזירונג אַקטיװיטעט.

אין אױגוסט 1897 האָט ער צונױפֿגעזאַמלט דעם ערשטער ציוניסטישער קאָנגרעס אין באַזעל װוּ די "באַזעל פּלאַן" איז אָנגענומען געװאָרן און די אַלװעלטלעכער ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע איז געגרינדט געװאָרן. - פֿון דעמאָלט אָן איז ער געװען פֿאָרזיצער פֿון די קומענדיקע קאָנגרעסן.

ער האָט אָנגעפֿירט אונטערהאַנדלונגען מיט דעם טערקישן סולטאַן, רוסישן צאַר, דײַטשישן קײַזער, דעם פּױפּסט און מיט דעם איטאַליענישן קעניג.

פֿאַר זײַן ציוניסטישע צײַט, װערט הערצל באַטראַכט אַלס אַ ייִד װעלכער האָט געװאָלט פֿאַרראַטן זײַן פּאָלק דורך איבערפֿירן זײַ צום קריסטנטום. [פֿעלט אַ מקור]

נאך וואס הערצל איז געשטאָרבן (אין יאר 1905) ביי די 7טע ציוניסטישע קאנגרעס איז דוד וואלפסאן אויסגעקליבן געווארן אלץ דער פירער פון די ציאניסטישע באוועגונג.

אין יאר ה'תרנ"ו האט ער ארויסגעגעבן דעם ביכל "יודנשטאט".

[באַאַרבעטן] אידישקייט

זײַן נאָמען װערט דערמאַנט מיט עקל און האַס בײַ רוב חרדים. - װען די ישׂראלישע רעגירונג האָט געעפֿנט זײַן באַגרעבניש מיטן ציל אַרױסצוברענגען זײַן געבײן אױף מדינת ישׂראל, די פרומע קנאים האבן אפילו געמאכט א לעגענדע אז מען האָט מען דאָרט געפֿונען איבערבלײַבנישן פֿון אַ הונט אַנשטאָט מענטשלעכע רעשטלעך.[פֿעלט אַ מקור]

עס איז דא א פארשפרייטווערטל ביי די קנאים אז "ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם, גייט ארויף אויף "הערצל" און "הרב קוק".[פֿעלט אַ מקור]