אונגעריש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אונגעריש (אױך אונגאַריש; אויף אונגעריש: magyar - מאַדזיאַר) איז א פֿינא-אוגרישע שפראך וואס מען רעדט אין אונגערן און אויך אין זיבן לענדער לעבן אונגערן וואו עס וואוינען דארט אסאך אונגערישע. אנדערש ווי רוב אייראפעישע שפראכן, געהערט אונגעריש נישט צו דער פאמיליע פון אינדא-אייראפעישע שפראכן.

פון די 14.5 מיליאן מוטער-שפראך רעדערס פון אונגעריש, וואוינען בערך צען מיליאן אין אונגערן, און 1.4 מיליאן אין רומעניע (וואס נעמט אריין א שטח פון דעם קעניגרייך פון אונגערן פון פארן ערשטן וועלט קריג). אויסער דעם זענען דא אונגעריש רעדערס אין סלאוואקיי, סערביע, אוקראינע, קראאטיע, עסטרייך און סלאוועניע.

געאגראפישע פארטיילונג [באַאַרבעטן]

ראיאנען אין אייראפע וואו מ'רעדט אונגעריש. באזירט אויף צענזוסן אין די לעצטע יארן און דעם CIA וועלט פאקטבוך 2006

אין די פאלגנדע לענדער רעדט מען אונגעריש אלס מוטער-שפראך:

לאנד רעדערס
אונגערן 10 מיליאן (צענזוס 2001)
רומעניע
(בעיקר זיבנבערגן)
1,443,970 (צענזוס 2002)
סלאוואקיי 520,528 (צענזוס 2001)
סערביע
(בעיקר וואויוואדינע)
293,299 (צענזוס 2002)
אוקראינע
(בעיקר זאקארפאטיע)
149,400 (צענזוס 2001)
פאראייניקטע שטאטן 117,973 (צענזוס 2000)
קאנאדע 75,555 (צענזוס 2001)
ישראל 70,000
עסטרייך
(בעיקר בורגנלאנד)
22,000
קראאטיע 16,500
סלאוועניע 9,240
Total 12-13 מיליאן
מקור: נאציאנאליע צענזוסן, עטנאלאג


וועבלינקען [באַאַרבעטן]


Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף אונגעריש


אפיציעלע שפראכן פונעם אייראפעישן פארבאנד
 
אונגאריש · איטאליעניש · איריש · בולגאריש · גריכיש · דייטשיש · דעניש · האלענדיש · טשעכיש · ליטוויש · לעטיש · מאלטעזיש · סלאוואקיש · סלאוועניש · ענגליש · עסטיש · פארטוגעזיש · פויליש · פיניש · פראנצויזיש · רומעניש · שפאניש · שוועדיש