ליטאני אקציע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

די ליטאני אקציע האט זיך אנגעפאנגען נאך דעם, וואס טעראריסטן זענען געקומען מיט שיפעלעך, פון לבנון, זיי האבן פארכאפט אן אויטאבוס אויפן כביש החוף, דער שאסיי ביים ים, נישט ווייט פון קיסאריה און האבן אים געפירט אין דער ריכטונג פון תל אביב, און האבן געשאסן אויף פארביי פארענדע מאשינען.

זיכערהייטס קרעפטן האבן באוויזן אפצושטעלן דעם אויטאבוס אין הרצליה, אבער אין די שיסערייען האט די באס אויפגעריסן אין פלאמען, און 35 ציווילע זענען אומגעקאמען, די גרעסטע טעראר אטאקע וואס ישראל האט דורכגעלעבט.

אויף דעם האט מנחם בעגין געשיקט די מיליטער קיין לבנון. אויפן אפעראציע ווי די אינפרעסטראקטור פון די טעראר גרופעס קעגן ישראל האט זיך געפונען. די ציל איז געווען אנצוקומען צום ליטאני טייך, וואס געפונט זיך אין דרום לבנון אסאך געווער און זאפאסן, זענען פארניכטעט געווארן, און 21 זעלנער פון צה"ל זענען געהרגט געווארן.

פינעף טעג האט עס אנגעהאלטן פון 14, ביז דעם 19טן מערץ, ווען די ארמיי האט פארלאזט די דרום טייל פון לבנון, האט זי איבערגעגעבן קאנטראל פאר די פאלאנגען קריסטליכע מיליציע פון לבנון, כדי ארויס צו העלפן די קריסטליכע זייט ביים לבנון ברודער קריג.