שמשון רפאל הירש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
רבי שמשון רפאל הירש.
א געמאלן בילד אלס אינגערמאן.

הרב שמשון בן רפאל הירש (כ"ה סיון ה'תקס"ח - כ"ז טבת ה'תרמ"ט), געבוירן אין האמבורג, איז געווען דער פירענדער תורה פערזענלעכקייט פון דער ארטאדאקסישער געמיינדע אין דייטשלאנד. ער איז געווען אן אייניקל פון מענדל האמבורגער, דער מייסד פון דער תלמוד תורה אין האמבורג.

ער האט איינגעפעדעמט אין זיך פייערדיגע קנאות צו קעמפן קעגן דער רעפארם באוועגונג וואס האט אפגעווישט דעם אידישע פאלק אין דייטשלאנד, מיט גאר שטארקע השכלה רעלאטיוו צו די אנדערע פרומע אידן אין מזרח אייראפע, מיט זיין שטאלץ און עהרע אז א אידן מוז קענען די גויאישער שפראך און וויסענשאפט מיט זיין תורה עם דרך ארץ שיטה.

ער ווערט פאררעכענט אלס דער אויספארעמער גרינדער און פאטער פון ארטאדאקסיע און איבערהויפט מאדערן ארטאדאקסיע און אויך דער עקזעמפאל פון קנאות און יעדן קאמף קעגן מאדערנעזאציע.

ער האט געארבעט אין א ספרים געשעפט פאר פרנסה אלס גאר אינגערמאן.