טאטע
פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון פאטער)
טאטע אדער פאטער ווערט אנגעריפן דער מאנספערזאן פון די צוויי עלטערן פון זייער קינד.
פאטער ע"פ תורה [באַאַרבעטן]
יעדעס קינד וואס איז געבוירן פון א יידישער מאנספערזאן און א יידישע פרויענפערזאן, ווערט דער מאנספערזאן פאררעכנט אלס פאטער פון קינד, אומאפהענגיק צו ער מעג מיט איר הייראטן לויט די תורה צו נישט [1], אין אויך נישט אפהענגיק צו זיי האבן געהייראט [2]. אבער א קינד וואס איז געבוירן פון א יידישער מאנספערזאן און א נישט יידישע פרויענפערזאן, אויך ווען זי זאל זיין ערלויבט צו אים, צום ביישפיל אן עבד עברי וואס איז ערלויבט פאר אים א שפחה כנענית, דאך ווערט דער מאנספערזאן נישט אנגעריפן פאטער לויט די תורה [3].
ער איז איינער וואס האט אראפגעברענגט א קינד אויף די וועלט, ער איז אים מחויב צו מחנך זיין און דאס קינד איז אים מחויב צו רעספעקטירן און מכבד זיין.