יידישקייט
פֿון װיקיפּעדיע
אידישקייט אדער יידישקייט איז דער אינהאלט און צוזאמנשטעלונג פון דעם גלויבן און אויפירונג פון דאס יידישע פאלק, וואס איז געבויט און שטאמט פון די תורה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר די יידן, און וואו שפעטער אפגעלערנט און ערקלערט אין תלמוד דורך די תנאים און אמוראים, און נאכהער צוזאמען גענומען דורך די פוסקים. יידישקייט איז דער פאראיינעגונג צווישן די יידישע קינדער און דעם אייבערשטען.
אנהענגערס פון יידישקייט, צי דער וואס איז געבוירן א יידיש קינד, צי דורך גרות, ווערט אנגערופן א ייד. יידן ווערן נישט באטראכט בלויז ווי א רעליגיעזע סעקטע, נאר ווי אן אייגן פאלק, דורך דעם וואס דער אייבערשטער האט זיי אנגערופן אין דער תורה, פאר א פאלק. די יידישע באפעלקערונג ווערט געשאצט צו זיין איבער פופצן מיליאן יידן אויף דער וועלט, א דריטל אין ארץ ישראל, און א דריטל אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, און א דריטל איבער דער גארער וועלט.
יידישקייט איז די עלטסטע רעליגיע פון צווישן די דריי גרעסטע מאָנאָטעיסטישע רעליגיעס. יידישקייט מיט אירע פרינציפן און עטיקעטין, איז דער פונדאמענט אויף וואס די אנדערע באקאנטע רעליגיעס זענען אוועקגעשטעלט, און אזוי אויך א גרויס טייל פון דער וועלטליכע עטיקעטן און געזעצען נעמט זיך פון יידישקייט.
[באַאַרבעטן] איִדן אין אײראָפּע
כּלל ישׂראל האָט זיך פלאצירט אין משך די פֿאַרגאַנגענע דורות אין דער מזרח און אין די צענטראַלע אָפּטײלונג. אײראָפּע איז אַ יבשה אױף מזרח זײט פֿונעם ערד קוגל, זי גרענעצט זיך מיט אַזיע, זי פֿאַרמאָגט פילע לענדער, פיל פֿון זײ זענען אומבאַקאַנטע נעמען פֿאַר איִדן װעלכע האָבן גאַנץ װײניג געהאַט פֿאַרבינדונגען מיט זײ אין די היסטאָריע. ייִדן זענען געקומען צו דער אײראָפּעיִשער יבשה נאָך אין די צײַטן פֿונעם צװײטן ביהמ"ק, אין לױף פֿון די דורות האָבן איִדן געװאַנדערט פֿון אײן לאַנד צום צװײטן אין אײראָפּע.
| שבת | תורה | תפילה |
|---|
[באַאַרבעטן] הייליגע טעג
| ימים טובים | פאַסטן ציַיטן | געדיינקט טעג |
|---|---|---|
|
ספרים
- תנ"ך: ספר תורה - נביאים כתובים - טעמי המקרא - מקראות גדולות
- משנה: ברייתא - תוספתא
- גמרא: תלמוד בבלי - תלמוד ירושלמי
- מדרשים: מדרש רבה - מדרש תנחומא
- פירושי התלמוד: רא"ש - מנחם המאירי - תוספות - רש"י
- ספרי הלכה: שולחן ערוך - שולחן ערוך הרב - רמ"א - משנה תורה - ארבעה טורים - משנה ברורה
- ספרי מחשבה: הכוזרי - הרב קוק - ישעיהו לייבוביץ - מהר"ל - מורה נבוכים - סעדיה גאון
- ספרי מוסר: קב הישר - מסילת ישרים - חובת הלבבות
- חסידישע ספרים: תניא - בעל שם טוב - קדושת לוי - ליקוטי מוהר"ן - אוהב ישראל
- קבלה: משה חיים לוצאטו - ספר הזוהר - תורת הצמצום - עץ חיים - אשלג - שלום יהודה גראס
בעוווסטע און בארימטע מענטשן
| אין תנ"ך | ביַי די חז"ל | ביַי די ניַיע ציַיט |
|---|---|---|
[באַאַרבעטן] געמיינדעס
| פריעריגע געמיינדעס | צייטליכע געמיינדעס |
|---|---|